Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 255
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1369

רעדניעמא הקולםורעלן אינסםיםודעס מװן פױשא די זןברה־קדישא, זײנען מיר זיך משער, איז געווען די ערשטע געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציע אין שטעטל. זי איז מסתמא געווען אזוי אלט װי אלט עס איז געווען די דראהיטשינער קהילה. זי איז אויך געווען די לעצטע. אפילו אין געטא איז די חברה קדישא געווען די אײנציקע אינסטיטוציע װאס האט פונקציאנירט אפיציעל ביזן חורבן... די חברה־קדישא אין דראהיטשין, װי אין פיל אנדערע שטעטלעך, האט זינט הונדערטער יארן געהאט א פנקס, װו עס זײנען געווען פארשריבּן פיל פאסירונגען און תקנות פון שטעטל, װאס װאלטן געקענט דינען פאר אונז אלס אן אוצר און קװאל פון היסטארישן מאטעריאל װעגן לעבן פון דרא־ היטשינער קהלה. — ליידער, אבער איז דער פנקס פארלארן געגאנגען, האבן מיר נישט קײץ באזונדערס װאם צוצוגעבן צו דעם װאם איז איבעראל באװאוסט. די מנהגים און תפקידים פון דער חברה קדישא אין דרא־ היטשין זײנען געווען מער־װייניקער (לויטן דין) דאם זעלבע װאס אין פיל אנדערע שטעטלעך. אין די דאזיקע שטעט און שטעטלעך, װו עס איז נישט געווען קײן ארגאניזירטער ײדי־ שער קהילה־לעבן, איז די חברה קדישא געווען א זעלבסט־ שטענדיקע, אויטאנאמע אינסטיטוציע, װעלכע האט פוגק־ ציאנירט אונטער איר אײגענער קאנכראל און אחרױת. װעגן דער באדײטונג און אויפגאבע פון דער חברה קדישא זאגט אונז די גמרא אין מועד־קטן, פ״ז, אזוי:

passage_cadef938a83fe3a2a2b378ea
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1371-2637

״רב יהודה האט אין נאמען פון רב׳ן געזאגט: אין דער שטאט, וואו עס איז פאראן אמתאר קיינער (אפילו װײט־ פרעמדע) נישט טאן קיין מלאכה. רב המנונא איז אמאל גע־ ק^מען אין א שטאט, ווו אימיצער איז גראד געשטארבן, האט ער געזען, אז די שטאט־מענטשן גייען אן מיט זייערע עסקי ם װי קײנמאל גארגישט. האט רב המנונא געװאלט ארײנלײגן אלעמען—פאר דעם בזױן המת—אין חרם. האט מען צו אים געזאגט, אז אין שטאט איז פאראן א ספעציעלע חברה װאס פארנעמט זיך מיט קבורת המתים. אויב אזוי, האט רב המנונא געזאגט, מעגט איר ארבעטן״, מו״ק, כ״ז. און אזוי איז דער דין: אויב עס איז אין שטאט נישט א קיץ חברה־קדישא, טאר קיינער נישט ארבעטן, בעת חליל ח אימיצער שטארבט, ביז איבער דער קבורה. מהאי טעמא דארפן מען אננעמען, מחמת די חברה־קדישא־ לײט האבן זיך פארנומען מיט קבורת־־מתים, װעלכע איז, װי מיר זעען, אײנע פון די גרעסטע מצות, עם איז א חםד של אמת, א גמילות־חםדים װאס איז נאך גרעםער פון צדקה (סוכה מ״ט) — האט מען דערפאר די חברה אנגערופן מיטן נאמען חברה קדישא • דערמיט װיל איך אפדינגען די ס.בר ה װאס אנדערע זאגן: ״די חברה ווערט אנגערופן מיטן נאמען חברה קדישא, װײל זײ זײנען זיך מטמא לנפש אדם׳ רופט מען זײ חברה קדישא בלשון סגי נהור״.

passage_4756f28ed1e3e53765852829
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2639-3948

אומגעקערט, די חברה־קדישא־לײט, לויטן אלטן מנהג אין די הײמישע שטעטלעך. װאס ׳האב ן קײן שגירות פאר זײער ארבעט נישט גענומען, האבן אויסגעפירט א הײליקע מצװה און שליחות לגבי א גאנצער שטאט ייִדן, פון װעמען עס איז אראפגענומען געװארן די זינד פון בזױן־המת.. . די פליכט ן פז ן דער חברה קד״שא זײנען קודם־כל געװען צו באזארגן די שטאט מיט א פלאץ פאר א ״הײליקן ארט״ און ארומצוימען אים מיט א גדר (פארקאן). און בעת מען האט מחנך געװען א נײעם ״הײליקן־ארט״ אדער גדר (צוים) האבן חברה־קדישא־לײט געדארפט (לויטן מנהג) פאסטן און זאגן סליחות... די חברה קדישא האט געדארפט טאן דעם נפטר זײן רעכט: דורכפירן די טהרה (װעלכע יפלעגט, נאטיר־לעך, פארקומען אין הויז פץ נפטר), אנטאן אים תכריכים (לויטן דין אויך א טלית) און מקבר זײן• דעם מת צום בית־עולם האט מען געפירט אין א ״עגלה״, אדער ״ארון״, געשפאנט צו א פערד װאס חברה קדישא פלעגט אויסבארגן ביי א בעל עגלה. געדײנק איך נאך אלס קינד פלעגן די יונגלך זאגן, אז דער פערד װאם פירט דעם ארון מיטן מת לײדט גריוימע יסורים, װײל די מזיקים שלאגן אים מכות רצח און דערפאר פירט מען דעם פערד פארן צוים.. . באזונדערס פאפולער איז געװען די צדקה־פושקע, מיט װעלכער דער שמש פלעגט קלינגען בעת דער לוי ה און שרײען ״צדקה תציל ממות״.

passage_3e52a18ebf35bd8847ad5412
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3950-4471

א נפרטרא תלמיד־חכם פלעגט מען טראגן אויף א מטה דעם גאנצן וועג צום בית־הקברות. די נושאי המטה פלעגן זיך בייטן אויפן וועג. דאס זעלבע, אז עס פלעגט פארקומען א לויה דעם צװייטן טאג יום־טוב פלעגט מען דעם מת אויך טראגן אויף א מטה צום בית־עולם. עס איז אויך געװען דער מנהג נישט צו לאזן די אלמנה און טעכטער פון מת צוגײן מיט דער לויה אויפן בית־חחיים. אין דראהיטשין האט מען קײנמאל ניעזט מקבר געװען אין אן ארון. די קברנים פלעגן אונטן אין קבר ארומשטעלן די 251

passage_9ca7167fc281fced72753d3b