Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 266
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1130

262 דראעהיטשין טעטיקײט פון די ׳״שװעסטער און ברידער״. פון קאברין איז אראפגעקומען דער איספראװניק מיט 50 זשאנדארן׳ װעלכע האבן געמאכט א גרינדלעכע רעװיזיע בײ אלע עס־עס מיטגלידער. צום גליק האט מען זיך געכאפ ט באצײטנס און יצחק קופער האט באגראבן אין גארטן דעם פארטײ־סטעמפּל מיט די אונלעגאַלע ליטעראטור. דאס זעלבע האט רבקה װאלעװעלסקי מיט איר זון זלמן באגראבן די דרוק־מאשין מיט אלע געצײג און די זשאנדארן האבן גארנישט געפונען. בלויז אליהו נח מענדלסאן איז געװארן ארעסטירט און פארשפארט אין קאברינער טורמע, און נאכדעם װי זײן פאטער האט איעגעלײגט א סומע געלד איז ער באפרײט געװארן. משה שחט האט דאן געבראכט א נײע דרוק מאשין און אין בית־עולם שטיבל האט מען געדרוקט פראקלאמאציעס אין ײדיש און עס ארײנגעלייגט אין אלע סטענדערס אין שוהל און אין די טליתים־זעקלעך. יצחק קופער און זײנע חברים זײנען ארומגעפארן בײנאכט אין די דערפער און פאר־ שפרײט פראקלאמאציעס (אין װײס־רוסיש), אין װעלכע מען האט גערופֿן די פויערים צום קאמף קעגן צאריזם. צו די אנ־ פירער פון עס־עס האט אויך אנגעהערט משה װארשאװסקי.

passage_bc14fba9d5104a5970a4e37b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1132-2353

זאװעל אװערבו ך אי ז געװען אױך אײנער פון די טע ־ טיקסטע עס־עס קעמפער . נא ך די טרויעריקע פאגראמען אין קישענעװ און אין ביאליסטאק , האט ז . אװערבו ך צונויפגערופ ן א פראטעסט־פארזאמלונג אין אלטן בית־המדרש , ווו ער האט עפנטלעך אן מורא פארדאמט דעם צאריזם מיט די שװארץ ־ נםזה׳דיקע פאגראמשטשיקעס . װעלװעל פאליאק און א . 21 מענדעלסאן האבן דאן אױך געהאלטן שטארקע רעדעס . הרב דוד ױדאװסקי האט געמאכט דעם הספד נא ך די הרוגים , װאס האט ארויסגערופן פיל טרערן בײ אלעמען • פון די גאר יונגע , װעלכע האבן זיך באטײליקט אין דער עס־עס ארבעט , זײנען געװען גדליה קאפלאן , ירחמיאל לא ־ פאטין און אהרן נײדיטש . דער קאמף פון דער פאליצײ קעגן די עס־עס מיטגלידער האט זיך פארשטארקט . פיל מיט ־ גלידער זײנען ארעסטירט געװארן , און אײניקע זײנען זװועק קײן אמעריקע . און דאס לעבן האט געטאן ס׳זײניקע . אזוי ארום האבן די עם־עס־קעמפער געלײג דעם פונדאמענט פאר דער צױניסטיש־סאציאליםטישער באװעגזעג . פון רעכטס : ױסף האלפער ן (זיצט) , װעלװל פאליאק , משה האראװיטץ , אליהו נח מענדעלסאן , יצחק קופער , משה װארשאװסקי און שלמה פיסעצקי . אונטן פון רעכטס : ױנה מנשה׳ס , טודרוס ליב מילנער און אברהם יצחק לעװ . א גרופע פירער פון ״עס־עס״ .

passage_036ac0f6cbf3c0282f1da617