אינסטיטוציעס או ן פערטייע ן 265 שנז\א ל פישמאן (ירושלים) נאציאנאלע אויפלעכונג נא ך באלפור דקלאראציע 1919 — 1923 הקדמה • דער שרייבער פון די דאזיקע שורות איז ליידער נישט באקאנט מיט׳ן מצב פון דער ציוניסטישער באװעגונג אין דראהיטשין ביז דעם אויסברוך פון דער ערשטער װעלט מלחמה. װען איך מיט מײן משפחה זײנען אלס פליטים פון שטעטל לי־בעשיי (בײ פינסק), סוף פון 1916, פארװארפן גע־ װארן אין דעם פאר־ לאזענעם דארף פא־ פינע (לעמ דראהי־ טשין), האב איך גע־ הא ט די געלעגנהײט צו ארבעטן צוזאמען מיט פיל דראהי־ טשינער יונגעלייט בײ דײטשער צװאנג־ ארבעט. מיר האבן צוזאמען געהאק ט די בוימער פון די װעלדער און אויםגעלייגט זיי אויף די בלאטיקע װעגן און שמואל פישמאן געטאן נאך אנדערע עבודת־פרך. צװישן אט די יונגע מענטשן האב איך א:געטראפן אמת׳ע ײדישע אינטעליגענטן, העברעע ר או ן הײם ע ציוניסטן. מיר האבן צװישן זיך דיסקוטירט די פראגע פון ײדישער גאולה, און אויםגעדריקט די האפנונג, אז װען־* מלחמה־פירנדיקע פעלקער װעלן זיך אמאל זעצן צום שלום־טיש, װעט מען אויך נעמען אין אכט די לאגע פון לײדנדן ײדישן פאלק או ן מע ן װע ט אי ם סוף כל סוף געבן דאם רעכט אומצוקערן זיך צו זיין אײגן לאנד—ארץ ישראל.
נאװעמבער, 1917, װען איך מיט נאך אײניקע ײדישע ױנגעלײט האבן געארבעט אױףן פעלד, האט זיך לעמ אונז אפגעשטעלט א פורל מיט צװײ דראהיטשינער ײדן. די ײדן האבן אונז דערצײלט אז סעדלעצער ײדישע םויחרים האבן געבראכט קײן דראהיטשײן א ײדישע צײטונג פון װארשע, װאױ ־ געוױזמע םבדחילוורחימ ו דען הײליקן זכרון פון ליבע חבדים: אליהו און שאשקע גאילדמאן, פרײדקע פערקאחםקי־ זבאר, יצחק שוכמאן און אנדערע... ד׳ ינקם דמס. ׳ עם װערט איבערגעגעבן בפירוש־ ״ענגלאנד האט ארויסגעגעבן א דעקלאראציע, דערקלערנדיק ארץ ישראל אלס ײדישע נא־ ציאנאלע הײם״... מיר האבן אונזערע אויערן נישט געגלויבט. איך בין גלײך געלאפן אהײם, איבערגעביטן די מלבושים און אװעק קײן דראהיטשין (דעמאלט פלעגט מען פשוט פאר־ װארפן די שטיװל אויפן פלײצע און שפאצירן בארװיסער־ הײט אין שטאט... די שטיװל האט מען געזשאלעװעט מער װי די פים...). קומענדיק קײן דראהיטשין בין איך גלײך ארײן צום רב אויסצוגעפינען װעגן די נײעפ. דעם רב׳ס זון, משה, האט מיר געזאגט, אז ער האט טאקע אלײן געלײענט אין דער צײטונג װעגן דער דעקלאראציע פון ענגלאנד. די צײטונג, װעלכע גײט פון האנט צו האנט אין שטאט, זאגט ער, מוז זיך איצט גע־ פינען בײ די װײםמאנם.
בײ דװײסמאנם אין הויז האב איך געטראפן די גאנצע משפחה זיצנדיק ארום טיש און דיסקוטירנדיק די ידיעה אין דער צײטונג. איך האב דאן פארגעשלאגן, מען זאל לכבוד דער היסטארישער געשעעניש פאראנשטאלטן עפעס א פײערונג אדער רופן א מאסן־פארזאמלזנג פון אלע ײדן אין דראהיטשין. ױםף בערעזאװסקי (ר׳ שמעון װײסמאנם אײדעם) האט מסכים געװען צו מײן פארשלאג. מען האט אבער געדארפט האבן צו דעם די דערלויבעניש פון דער דײטשער קאמענדאטור. איז געבליבן מען זאל גײן צו װיסף זבאר, וועלכער איז געװען א גרויסער מקורב מיט די דײטשן, ער זאל אויספ..עלן די דער־ לויבעניש. װען מיר זײנען געקומען צו זבארן און אים איבערגעגעבן װעגן אונזער פלאן, האט ער אויסגעגלאצט זײנע אויגן און מיט כס אויסגעשריען: ״אידיאטן, איר װילט אומגליקלעך מאכן די דראהיטשינער ײדן?׳. פארשטייט איר דעם נישט, אז די ענגלישע ארץ־ישראל־דעקלאראציע איז אן אקט קעגן דײטש־ לאנד, טא װי קענען מיר ארויסװײזן עפנטלעך אונזער סימ־ פאטיע מיט ענגלאנדס דעקלאראציע אין דער צײט, ווען מיר ליגן אונטער דער דײטשער אקופאציעײ״ מיר האבן פארשטאנען זײנע לאגישע און גערעכטע ארגו־ מענטן און פארשעמטע ארויסגערוקט זיך פון אים. א.
די גרויסע אויפלעבונג און התלהבות, װאם עס האט ארומ־ געכאפט די ײדישע באפעלקערונג פון פוילן און אין דער גאנ־ צער װעלט נאכ׳ן אקט פון סאן־רעמא, װען די אלװעלטלעכע מאכטן האבן באשטעטיקט די באלפור דעקלאראציע, װאם