Original scan
Original memorial-book scan 27
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1371

דא ם שטעטל 23 די ייִדן האבן דעם גאָרטן גאקומען אומזיסט — השער ה מיר זײנען זיך משער, אז די ערשטע ייִדן זאלן האבן דעם זומפיקן באדן פון דראהיטשין באקומען פון די אײגנטימער אומזיסט, אדער אין ארענדע, כדי די ייִדן, װי מיר האבן שוין געזאגט, זאלן אים באארבעטן. והא ראיד״ ביז דער ערשטער װעלט־מלחמה האבן די ייִדן פון שטעטל געצאלט צעזען, אמין באדן־שטײער, צו דעם פריץ, אדער פריצטע, פון דעם הויף ראװין, צו װעמען דער באדן פון גאנצן שטעטל האט באלאנגט. [ א לעגענדע פון דער נישט־לאנגער פארגאנגענהײט גייט אזוי: די צארישע רעגירונג זאל עס האבן אװעקגעשײנק ט ״מאטיעזש״ אין יאר 1863 און נאך פריערדיקע. און די צארי־ שע רעגירונג האט, אלס שטראף, .קאנפיסקירט זײן פארמעגן, װי זי האט ענליכעס געטאן מיט אנדערע פוילישע פריצים, און עס אװעקגעגעבן צו דעם גענעראל מינקאװ. ] * * * אלזא, עס איז מער װי װארשײנלעך, אז דער באדן, װו דאס שטעטל איז געשטאנען, אדער שטײט, איז אמאל געװען זײער א נידריקער טאל, װוהין דאס װאסער פון די ארומיקע בערגיקע פעלדער פלעגט אראפרינען, און מיט דער צײט האט דאס שטײענדיקע װאסער אזוי צעװײקט דעם באדן, אז ש עס איז געװארן דארט א בוכטע, א בלאטע. שפעטע ר האט מען אין מיטן דער בוכטע אנגעפלאנטעװעט און דורכגע־ א טייל פון פינסקער גאס (פארבליבן פון דער שרפה) אונטער דער דײטשער אקופאציע אין 1916

passage_e7c526027f5a22a14b75de2d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1373-2446

דעם הויף ראװין (לעבן שטעטל) און די ערד פון גאנץ דראהיטשין צו דעם העלד פון דער רוסיש־טערקישער מלחמה אין יאר 1877, דעם גענעראל מינקאװ. איז די פראגע, װי קומט עס, װאס דער הויף ראװין און דאס שטעטל זאלן גאר באלאנגען צו דער רוסישער רעגירונג? — לאזט זיך עס צו פארשטײן, אז פריער האט דער הויף ראװין און דער געגנט פון דראהיטשין באלאנגט צו א פוילישער שליאכטע, אדער פריץ, װעלכער זאל האבן, מן הסתם, אײנטײלגענומען אין דעם פוילישן אויפשטאנד קעגן רוסלאנד, װי דער פירט דארט א װעג און א טבײ דעם טראקט האבן די ײדן אויסגעבויט זײער שטעטל דראהיטשין. אבער פון בײדע זײטן פון שטעטל איז פארבליבן די בלאטע װי געװען, װאס. מיר האבן עס גערופן װיאן. אויף דעם קענען עדות זאגן די גראבנם, און די בריקן איבער זײ, װעלכע שנײדן אדורך דאס שטעטל, — איינער בײם זאמד און דער צװײטער לעבן דארף זארעטשקע (פון דאנען נעמט זיך דער נאמען /,זארעטשקע״, איבערן טײכל) — װאם באצװעקט צו פארײניקן בײדע װיאנם, כדי דאס װאסער זאל אפלויפן פון איין װיאן אין צװײטן.

passage_09c892f221790e7bfe68eb41