Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 271
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1109

אינסטיטוציעם או־ז פארטײען 267 ב. אויף מארגן גאך דער אימפאזאגטער און אײנדרוקספולער מאגיפעסטאציע האט דער דראהיטשיגער צױגיסטישער קאמיטעט אפגעהאלטן א פײערלעכע זיצונג און באשלאסן אגצוהויבן װערבירן חלוצים צװישן דער ױגנט און שיקן זיי נאך ארץ ישראל אלם דער ערשטער דראהיטשינער אװאעארד... עס האבן זיך אפגערופן א פאר צענדליק טיכטיקע ױגגע לײט צו זײן די ערשטע אין דער רשימה. אונזער קאמיטעט האט דורכגעזופֿט די גאנצע רשימה און באשטעטיקט פערצן (14) פון זײ. דער שרײבער פון די שורות איז דעלעגירט געװארן צום פאלעסטינא־אמט אין װארשא צו פועלן די באשטעטיקונג פון די פערצן. לײדער איז מיר מיט גרויס מ י געלונגען צו קריגן די באשטעטיקונג פון בלויז זיבן (7). הרב ר׳ יצחק ניםענבוים, ז״ל, װעלכער איז געװען א מיטגליד פון פאלעסטינא־אמט, האט געפאדערט די באשטע־ טיקונג פון אמװײניקסטן צען (10) פון די פערצן חלוצים. אבער ישראל מערעמינסקי פון לינקן לאגער, האט פאר־ געשלאגן צו באשטעטיקן בלויז פינף (5). זײן טענה איז געװען אז פון אײן שטעטל קען מען ניט שיקן אזא גרויסע צאל חלוצים.

passage_3153333baa190facbad251e5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1111-2394

אבער דער אמתער מאטױוו איז געווען פארשטענדלעך פאר אלעמען. אונזערע בהורים האבן אלע געהערט צו די אלגע־ מיינע צױניסטן, וועלכע האבן געהאט פאר זיך נאר אײן צװעק: צו פארן קײן ארץ ישראל און העלפן בויען די לאנד פאר׳ן גאנצן ײדישן פאלק, אן באזונדערע זײטיקע לאזונגען... אג ב זײנען נאך צו יענער צײט ניט געווען אין דראהיטשין קײן אנדערע פארטײען אויסער די אלגעמײנע צױניסטן. דער־ פאר האבן די לינקע נישט געוואלט באשטעטיקן אלע דרא־ היטשינער חלוצים... זײער גרויס איז געווען די פרײד ווען איך בין געקומען צוריק מיט באשטעטיקטע זיבן סערטיפיקאטן. דאם שטעטל האט זיך אנגעהויבן גרייטן צום אפשײד פון דער ערשטער גרופע חלוצים. זײערע נעמען זײנען געװען: צװײ ברידער שוב, איםר װאלעװעלסקי, זאב מילנער, יאסל קאברינסקי, הערשל שטײנבערג און דעם זיבעטן געדײנק איך שוין נישט. װי איך געדענק איז צו זײ אויך צוגעשטאנען דער אלטער דראהיטשינער בעל הבית ר׳ אהרן זבאר (אהרעלע דער ליד־ װינאװער), וועלכער האט שוין דאן געהאט א טאכטער מיט א משפחה אין ארץ ישראל. אויב איך מאך ניט קײץ טעות איז דאס געװען די באװאוסטע ברוך גוראלסקי פאמיליע, וואס האט אויפגעשטעלט די ערשטע מעבל פאבריק אין ארץ ישראל, ״פועלי־צױן״־פארטײ און איר יוגנט־גרופע ״פדײהײט״ פון דראהיטשין אין 1954

passage_7cca69d7e8c40e921826b0e8