288 דראהיטשין ר׳ משה דער שוחט און דבורה פרעגער און זײ־ ערע קינדער; בײלטש ש חיה און בערל. רעכטס איז נחמה א,ון בנימין־ משה (לינקס) שוב — קינדער פון ר׳ יאסל־ דוד און מאריאשע שוב, שװעסטער פון דבורה׳ן. אלע זײנען אומגעקומען, הי״ד! ז.ז. 149 און 150. סאװעטישע בױראען געװען געשלאסן. אלע בעאמטע זײנען אין גרויס בזזל ה אנטלאסן און די ײדישע באפעלקערונג איז געבליבן ראטלאז און פארצװײ5לט. דער בהלהדיקער צוריקמארש פון סאװעטישן מיליטער, האט אויף די דראהיטשינער ײדן געמאכט דעם אײנדרוק, אז ס׳איז ניטא מיט װעמען און װוהין צו אנטלויפן. דער דייטש, האבן זײ געזאגט, װעט אונדז פארלויפן דעם װעג און אנקו־ מען קײן מינסק נאך פריער פון אונדז. קײנער האט פריער ניט געגלויבט אז ראטנרוסלאנד איז אזוי שװאך. מ׳האט גע־ רעכנט אז אין פאל פון א קריג, װעט זי שנעל צעקלאפן דײטשלאנד װאס איז שוין אויסגעמאטערט פון א לאנג־יא־ ריקן קריג קעגן פיל פעלקער. דער װידערשטאנדסלאזער צו־ ריקמארש פון סאװעטישן מיליטער, האט די ײדן געבראכט אין פארצװײ&לונג. אויב סאװעט רוסלאנד איז אזוי שװאך, האבן זײ גע־ טראכט, איז דאך מעגלעך, אז אונטער די קלעפי יפו ן דײטשן מיליטער זאל פאלן דער קאמוניסטישער רעזשײם און אין ראטנרוסלאנד זאל אויף6לעבן די צאריסטישע ארדנונג מיט איר פאגראמען־טראדיציע, מיט דער טראדיציע פון ״בעי
פון רעכטס: חאניע בערג, איסר זלאנטניק, אליה מײקעלס, אלעזר לעװ, אברהם דרוקער, לײזער װארשאװסקי א.א. 1932 זשידא װ^ספאסאי ראסױ״. די דײטשעמאכט װעט דאך געװיס אונטערשטיצן אזא סארט ״נײע רעװאלוציע״• א ט דער אומגלויבן אינעם װידערשטאנדס־כח פון ■ סא־ װעט רוסלאנד, די מורא פאר דער רעסטאװראציע פון צאריזם און די שרעק פארן גורל פון א ביעזשעניעץ (א פליט) אין דער װײטער אומבאקאנטער רוסלאנד, האבן אפגעהאלטן די מער־ הײט דראהיטשינער פון מיטלויפן מיט די סאװעטן. ב. דײטשן אקופירן דראהיטשין, פ׳פאלן ערשטן קרגגות מיטוואך, דעם 25טן ױני אינדערפרי, איז א דײטשישער טאנק מיט א גרופע אויסש־פירער דורכגעפארן איבער דרא־ ־היטשין און געשאסן פון מאשין־געװער אין אלע זײטן. אין אװנט האבן די־דײטשן באהערישט דאס שטעטל נאך א פאר שעהדיקער איבערשיסונג (פערעסטרעלקע) מיט אפטרעטנ־ דיקע סאװעטישע זעלנער. ײדן, װעלכע זײנען בעת דער איבערשיסוגג געלעגן אוי׳פן דיל געבן די ציטערנדיקע װענט, האבן געבעטן די גאנצע צײט, דער קאמף זאל דויערן װאס לענגער און געהאפט׳ אפשׂר װעט דאך געלונגען אפצויאגן דעם דײטש און פאר־ טרײבן זײ פון שטעטל. װען די שיסערײ האט אויפגעהערט און פונדרויסן האבן זיך דערהערט דײטשע קולות: ״האנסקאם היער:״ און דער באקאנטער געד־װיש פון מארשירנדע זעלנער, האבן ײדן אנגעהײבן צו ציטערן: ידער מלאך המות איז גע־ קומען!
ײדישע קרבנות זייען אין שטעטל געפאלן שוין מאר־ נאכט, גאר איידער דער דייטש׳ האט דארט באקומען די 6ולע מאכט. ר׳ יעקב װערמוס (דער שװאגער םון הרב אליה װעלװל אלטװארג) און זײן עלטערער זון, זײנען געפאלן מיטװאד פארנאכט װי קרבנות פון טראגישן טעות. א גרופע אפטרעטג*