דראהיטשינער מארק, װאו די דײטשן האבן צונויפגעטריבן די געטא־ײדן אויף זײער קידוש־השם מארש קײן בראנע גורע, 294 פון רעכטס: ישראל שמיה מרדכי סאפית א. קאלענקאװיטש, בערל גאלדבערג, ברוך שװארץ, נעמי װאסערמאן, הערשל שטײנבערג, זכריה םאפןןזשניק, בײלע מילנער א.א. ױזעפין און ראדאסטאװ אנגעקומען זײער לײכט. צום ה׳ יאשקע װאלינעץ, װעלכער האט ארגאניזירט דעם 'לאגער אין ראדאםטאװ׳ פלעגן טײלמאל קומען אפילו ײדן פון געטא א׳ און בעטן ער זאל זײ פארשרײבן אין לאגער װײל זײ װילן בעסער זײן דארטן, אײדער בײ זיך אין הויז אין געטא א׳. אין די דערמאנטע צװײ לאגערן האבן ײדן געארבעט ניט שװער בײ ד״אלץ־ארבעט און זײ פלעגן װעכנטלעד בא־ קומען שפײז־פעקלעך פון דראהיטשין. אין געטא א׳ האבן ײדן געלעבט ניט שלעכט. דער פאר־ זיצער פון די ארטעלן םיעלפון האט געזארגט, אז זײנע אר־ בעטער זאלן ניט הונגערן. ער פלעגט ארײנפירן בגנבה שפײז־ ארטיקלען אין ד״אלץ־פורן. אויך אנדערע קריסטן װעלכע פלעגן באשטעלן אלערלײ ארבעטן אין די ארטעלן, פלעגן צופירן בגנבד, שפית־ארטיקלען.
דיגעטא ב׳ װאס איז בכלל ניט געװען פארצוימט, ■האט נאך געהאט מער מעגלעכקייטן פון געטא א׳ צו באקומען שפי ת בײ די סטאראםיעלע רקריםטן . דראד,יטשינער ײדן האבן דעריבער אין בײדע געטאס ניט געד,ונגערט . אין געטא ב׳ ד,אט מען נאר געקלאגט אויף די שווערע צװאנגס־ארבעט טעגלעך כײ דער םטאנציע (נאגאריע), אין ליפניק, אין אג־ דעמער און וע לכולם אויף דער אומזיכערער צוקונפט פון געטא ב׳. דער פרעזעס פון ײדנראט און די ײדישע פאליציי פלעגן זאגן, אז זײ װעלן טאן אלץ װאם נאר מעגלעך, כדי צו ראטעװען דאם, לעבן פון געטא א׳. דאקעגן געטא ב׳, האבן זײ געזאגט, איז א פאר׳.מושפט׳ ע און מ׳קען איר ניט ראטעװען.. . װאס הײםט א פארמשפטער, הןןען די דראהיטשינער ײדן נאך דאן ניט געוװסט און זיך נאר געשראקנט טאמע ר פארטרײבט מען זײ אלעמען קײן פעטראװיטש, אדער אין א נאך װײטער ן און ערגער ן לאגער. אז זײ זײנען פארמשפט צו עפעס ערגער ם װי ״ארבעט אין א שלעכטן לאגער״, אז זײ זײנען פארמשפט צום טויט, האט זיך קײנער דאן ניט פארגעשטעלט . און אזוי זײנען אריבער טעג און װאכן פון שווערער צװאנגס־אדבעט אין און ארום שטאט; טעג און װאכן פון פיץ, שרעק און אוומזיכערקײט און גרענעצלאזער זארג, ביז ס׳איז געקומען שבת־נחמו, תש״ב — 25טער ױלי, 1942...