Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 305
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1195

חורבן און אוי ן איומקום 301 עחש טאי ן אי ארארום ׳װען דזשענקאװסקי ס אטריאד, פונקט װי די אנדערע אטריאדן פון סאװעטישע פארטיזאנער׳ איז באהערשט געװארן פון סאװעטישע קאמאנדירן, האט מען דארט אפגעשטעלט דעם געיעג אויף ײדן. דזשענקאװסקי גופא איז פאר זײנע ״מעשים טובים״ דערשאסן געװארן פון א סאװעטישן קאמיסאר.. ״ ארום לעכעװיטש און בילינקע. האט צו יענעד צײט געארבעט א פארטיזאנישע בריגאדע־״פינםקער איינהייט״. דער אטריאד אויפן נאמען פון ״קוטוזאװ״, װאם האט געהערט צו דער דאזיקער בריגאדע, האט גע׳הדג׳עט פיל יידישע פליטים • ערשט סוף 1943 איז ער באהערשט געװארן דורך סאװעטישע קאמאנדירן, האט זיך משנה ש פון רעכטס: י. װארשאװםקי, סע ם פעלדמאן, שײנקע װארשאװסקי־בוי ם און ראוב ן װ׳ארשאװסקי. לעצטע צװײ אומגעקומען. הי״ד! בילד גענומען 1932 אויף זאמד גאס. געװען אלס ״אטריאד אויפן נאמען פון ״םװואראװ״ און אפגעשטעלט דעם געיעג אויף ײדן. אביסל ײדן זײנען נאך פיל לײדן און מאטערנישן דאך אנגענומען געװארן אין פארטיזאנישע אטריאדן, געקעמפט אין זײערע רײען קעגן די דײטשן און זײערע אוקראינישע און װײס־רוסישע משרתי ם און געליטן דערבײ אױב׳ם יםורים פון זײערע ״װאפן־ברידעד״.

passage_027bd4e78352bc6f5a957a5e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1197-2382

אײניקע ײדן פון געטא איז געלונגען צו אנטלויפן קיין פרוזשאני. װאו ס׳האט נאך דאן עקזיסטירט א ״ײדנשטאט״ (דאס הײםט די גאנצע שטאט איז פארװאנדלט געװארן אין א ײדישער געטא, די קריסטן זײנען פון דארטן ארויסגעפירט געווארן), קיין ראדאסטאװ, װאו ס׳האט נאך עקזיםטירט דער פרײװיליקער לאגער פון דער האלץ־קאמאנדע, און אין פאר־ טיזאנישע אטריאדן. קיין פרוזשאני זײנען אנטלאפן: ראובן װארשאװסקי, חסיה און װעלװל װיסאצקי, ױדל שמיד און ױםף סידעראװ. די דער־ מאנטע זײנען געקומען אין בארירונג מיט פארטיזאנישע גרופן, װעלכע האבן דאן ער דעם חןורבן פון פרוזשאני שוין פעםט געארבעט אין די ביאלאװיעזשער װעלדער ארום ישטעטל, יודל שמיד איז אנגענומען געװארן אלס קעמפער אין פארטיזאנישן אטריאד, אויסגעצײכנט זיך אין קאמף קעגן די דײטשן און איז העלדיש געפאלן אין שלאכט. ױסף םידעראװ איז דורך די פארטיזאנער דערשאסן געװארן, נאכדעם װיזײ ■האבן זיך דערװאוסט, אז ער איז געװען א פאליציאנט אין געטא. קיין ראדאסטאװ אין לאגער זײנען אנטלאפן אברהם אדלער (איצט אין אמעריקע), זלמן ארליאנסקי (ײנגםטער זון פון ױדל דעם לעכעװיטשער) און סנדר קראװיעץ (ײנגםטער זון פון אברהם קראװיעץ).

passage_7e6370432160e33c6a75c53d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2384-3688

קײן פינסק, װאו ס׳האט נא ך דאן עקזיסטירט א ײדישער ישוב, איז געלאפן אײזיק לעװ (זון פון אליעזר לעװ׳ אײניקל פון יעקב ראזענשײן, באקאנט אונטערן נאמען ״יענקל חכם״). גוים האבן אים געכאפט אויפן װעג און אומגעבראכט. אין פארטיזאנישע אטריאדן זײנען פון געטא א׳ אנגעקומען די דראהיטשינער פליטים: יהושע קאפעלושניק (הײנט אין ארגענטינע), בנימין דער װארצעװיטשער (געשט. 1946 אין פראג) און דער שוסטער עזריאל פאמעראנץ (געפאלן םוף 1943 אין א קאמף פון זײן אטדיאד מיט דײטשן אין דארף בילינאק). אין דראהיטשין גופא האט זיך אויסבאהאלטן אין א הײל אונטער דער פאדלאגע פון זײ װאוינונג במשך פון 7־6 חדשים, מרדכי מילנער, (זון פון שמואל׳יק דעם קצב). אין פרי־ לינג 1943, האבן שקאצימלעד פון דער פוילישער שקאלע, װאס האט זיך דאן געפונען אין דוד אײזענשטײנ׳ס מויער, אנט־ דעקט זײן באהעלטעניש און צוגעשיקט צו אים די פאלי־ צײ און זײ האבן מרדכין דעדשאסן אויפן ארט... אנהויב 1943 זײנען אומגע־ בראכט געװארן אויך די אפגע־ מרדכי מיילנער, הי״ד קליבענע פון גאנצן געגנ ט ״װערטפולע ײדן״ װאס האבן זיך געפונען אין קאברין, צװישן װעלכע ס׳זײנען געװען פיל דראהיטשינער. יב. דײטשן ברײנגן אום די רעשט ײדן אין ראדאסטאװ דער לאגער אין ראדאסטאװ האט נאכן חורבן פון געטא א׳

passage_09eeabcf19d1f65268364362
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3690-4056

זי ך געמאטערט א דר ײ װאכן . דע ר לאגע ר קאמענדאנט ׳ יעפ ־ רײטע ר מארטין , דע ר ״ײדנפרײנט״ , הא ט א טא ג נאכ ן חורב ן פו ן געט א באזוכ ט ד י לאגע ר ארבעטער ׳ געטײל ט ז ײ ציגאר ן או ן געטרײסט ׳ א ז ע ר װע ט שוי ן זארג ן פא ר זײע ר לעב ן או ן ־יכערהײט . א מיליא ן ײדן ׳ הא ט ע ר געזאגט ׳ ארבעט ן ב ײ אונד ז אי ן לאגערן ׳ ז ײ זײנע ן אונד ז נויטי ק אל ם ארבעטם־כו ח או ן

passage_76010d85087a8abe6a047b5c