Original scan
Original memorial-book scan 309
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1006

חורכן אומקום 305 זזוגז פגולדװאן (שיקאגע) אן אדסגעסאוחנם ע שםאם רוסישע ארמײ פארנעמט דראהיטשין, ייִדן זײנען צופרידן שוין אין יאר 1938 האבן מיר ייִדן אין פוילן אנגעהויבן פילן די סכבה, װאס ■ רוקט זיך אן אויף אונדז. די ערשטע זאך איז אין דראהיטשין, װי אין גאנץ פוילן, פארבאטן געװארן די ריטואלע שחיטה. די אנטיסעמיטישע פאליאקן, געהעצט פון היטלערן, האבן אויפגעהויבן זײערע קעפ. א פאליאק האט ניט געטארט ארײנ־ גײן אין א ײדישן קראם צ ד קויפן, און א ײד מיט א בארד האט נישט געקענט אדורכגײץ די גאס אז אן ענדעק זאל אים ניט פארטשעפן. מיר האבן געזען, אז א גרויסער װאלק פאר־ ציט זיך איבער אונ־ זער האריזאנט און קײן גוטעס װעט פון דעם ניט ארויסקו־ חו ה פעלדמאן מען. מיר האבן דער־ װארט, אז א ליאדע טאג זאל אויסברעכן א מלחמה. דאך האט עם אזוי אנגע־ האלטן ביז סוף זומער 1939. די תבגארת פון די פעלדער זײנען שוין געװען אראפגענומען, נאר די קארטאפל האט מען גאך געדארפט אויםגראבן.

passage_c17e8d5f0d4a770efcc4d21e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1008-2425

אײנמאל גײ איך אויף סטאראסיליע, הער איך װי די גױם זאגן, אז היטלע ר הא ט דערקלערט מלחמה פוילן. דאם איז געװען דעם ערשיטן םעפטעמבעד, 1939, און שוין אויף מארגן האבן די דײטשן באמבארדירט דראהיטשין. אלע טאג פלעגן די סירענע ם פײפן און געבן צו װיסן, אז די מחבלים זײנען דא, און אלע אין שטאט זײגן געלאפן באהאלטן זיך פארן טויט. די פוילישע פאליצײ פלעגט ארויםטרײבן אלע מענער מיט העק און גראבאײזנם צו היטן די װעגן און די אײזנבאן־ליגיעם, אזוי האט דאם געדויערט א גאנצן חודש. אין דער צײט האבן מיר געהערט, אז פוילן װעט װערן צעטײלט, און אז אונזער טײל װעט ארונטערגײן אונטער די רוסן. זײנען מיר געװען צופרידן, װאס מיר װעלן אויםמײדן די אקופאציע פון די דײטשן, װײל מיר האבן שוין געהערט װאס די דײטשן טוען מיט די ײדן אין יענעם טײל פוילן װאס זײ האבן פארנומען. יעדער אײנער האט צוגעגרײט אביסל שפימ און זאלץ און מען האט געהאפט צו קענען אדורכלעבן די שלעכטע צײט. םוכות צײט׳ 1939, זײנען ארײנגעקומען אין דראהי־ טשי ן רי רוסן, זיי האבן, װי זײער שטײגער, רעקװיזירט אלע סתורות פינ די קראמען את מען האט גערארפ ט שטיץ שעהן לאנג אין דער רײ נאך ברויט און אנדערע לעבנס־מיטל. צו־ קער א, ן זאלץ איז נישט געװען צו קריגן אפילו פאר קים געלט. אזוי האבן מיר געלעבט א יאר מיט דרײ חדשים. אבער מען האט געהאפט, אז מיט דער צײט װעט זיך עס אלעם אויםגלײכן.

passage_02891428c9f96779bbad0336
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2427-3529

פאר דער צײט האבן די רוםן ארעסטירט ירמיה גראם־ מאן, נחום ספעװאק, יאשע לעװאו און אדװאקאט גילגאר און זײ אװעקגעשיקט קיץ רוסלאנד. מיט עטלעכע חדשים שפע־ טער האבן די רוסן פארנומען א צענדליק פאמיליעס, װי; זושע װארשאװסקי, זײנע קינדער בערל און ישעיה װארשאװ־ סקי מיט זײערע פאמיליעס, מעשל און אברהם א־וערבוך, משה גינגאלד, שעפסל װארשאװסקי, שלמה זעליג גאלדמאן, םענ־ דער װינאװקער, אלתר מאזורסקי, בודער, דוד װארשאװסקי מיט זײערע פאמיליעס און זײ געפירט צום באן אויף אװעק־ צושיקן קיין רוםלאנד. די גאנצע שטאט האט זײ ארויםגע־ באגלײט מיט געװײען און יללות... [דער לעצטער, דוד װאר־ ש^וםקי, מיט זײן פאמיליע, איז פארנומען געװארן ע ל פ י טעות, אנשטאט א צווייטן דוד װארשאװסקי, װעלכער האט שוין דאן נישט געלעבט. דער רב און בעלי בתים פון שטעטל האבן דאן ער געװע ן פאר די רוסן אז דער דוד װארשאװסקי, װעמען זײ האבן ארעםטירט, איז נישט דער זעלבער װעמען זײ זוכן, און אין רעזולטאט איז דוד װארשאװסקי מיט זית פאמיליע דערלויבט געװארן צו גײן אדוײם... ] דײטשן קומען אן, ײדן זײנען אין ספנה

passage_70be8e3b06a7329a091f3244
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3531-3952

שבת האט מען די אויבנדערמאנטע יידישע פאמיליעס ארויסגעפירט פון שטאט אויפן וועג קיץ רוםלאנד און אויף מארגן, זונטיק, 22טן יוני, 1941, איז אויסגעבראכן די מלחמה צװישן די סאװעטן און די דײטשן, מיט 3 טעג שפעטער, מיטוואך אװנט, זײנען שוין די דײטשן געװען אין דר^־ויטשין. די דײטשן האבן גלײך צונויפגעטריבן אלע מענער אויפן מארק־פלאץ. די פרויען מיט די קינדער האבן געוױינט א ץ

passage_7b08d9ccc5953dbdb1874b09