307 חורבן און אומקום 1 טײלטע פארציא שפימ. די ײדן װאם פון אויסערן געטא׳ האבן נישט געארבעט און נישט געהאט קײן רעכט צו עםן.. . איך בין געװען אויסערן געטא. מיט מיר זײנען אויך געװען מײן שװעסטער, זעליק פעלדמאן, אברהם יצחק אײ־ זענשטײן, יעקב פעלדמאן, מאיר ױדל פעלדמאן, פײװיש פעלדמאן מיט זיק זון משד״ליתער פעלדמאן, זײדל לעװ, שמואל םניטאװסקי, און פילע אנדערע. זײ פלעגן זיך אלע צונויפקומען צו מיר אין שטוב און מיר פלעגן ארומרעדן אונדזער ביטערן מזל. מיר זײנען געװען הפקר פאר יעדן כוליגן און אויסװארף, װעלכע האבן געקענט טאן מיט אונדז װאס זײ האבן געװאלט. מיר האבן גוט געװוסט אז פריער אדער שפעטע רװעט געשען עפעס שרעקלעכס מיט אונדז. מיר זײנען געװען װי די ארעמע שעפעלעך װאס האבן גע־ װארט אויף דער שחיטה.. . ערשטע הריגה—1700 ײדן פארנומען קײן כראנע־גורה
בײ מיר אין הויז האט געװוינט א שכן, דער פאליאק יאזעף ראמאנאװםקי, װעלכער האט געארבעט אין דער פאםט, האט ער געװוסט אלע נײעס פון שטאט. אין א געװיסן טאג, עס האט געמוזט זײן אין חודש אב, קומט צולויפן מיץ שכן ראמאנאװםקי און דערצײלט מיר אז הײנטיקע נאכט דארף זײן נײעס, װײל ער האט געהערט װי די ם. ד. האט ארויסגע־ רופן די פאליצײ פון אלע ארומיקע דערפער, און מסתמא װעט מען ערגעץ ארויםפירן די ײדן װאם װוינען מחוץ דער געטא. אפגעזאגט די װערטער איז ראמאנאװסקי שנעל אװעקגעלאפן צוריק אין דער פאסט. בײ מיר אין הויז זײנען דאן גראד גע־ זעסן יעקב פעלדמאן, חאשע־לאה אײזענשטיק, מײן שווע־ סטער און נאך א פאר. חוה, זאגן זײ, הערט אים נישט װאס ער רעדט, ער איז א שוגא ישראל דערפאר רײצט ער זיך מיט אונדז... שפעט אין אװנט זײנען אלע שכנים זיך צע־ גאנגען און איך בין געבליבן מיט דער שװעסטער אין שטוב. אונדזערע מענער זײנען שוין לאנג געװען פארשיקט ערגעץ אין א לאגער און מיר האבן גישט געהערט פון זײ . ארום 12 אזײגער בײנאכט הערן מיר גרויסע געשרײ־
ען. באלד טאקע האט עמיצער אנגעהויבן קלאפן אין טיר. איך האב געמיינט אז דאס זענען געװים די הענקער, װאם קומען אוגדז געמען צו דער שחיטה. א רעזיגנירטע האב איך געעפנט די טיר און דערזען ראמאנא־וםקין, וועלכער האט מיר געהײםן װאס שנעלער צו באהאלטן זיך. נישט פארלירנדיק קײן מינוט, בין איך מיט דער שװעסטער ארויסגעלאפן אין גארטן און דארט זיך פארשטעקט צװישן די גראז. ראמא־נאװסקי האט פארשלאסן די טיר און איז אװעק. א האלבע שעה שפעטע ר האבן מיר געהערט קלאפן אין טיר, דאס זײ־ענען שוין געװען די רוצחים װאם זײנען געקומען נאך אונדז. מיר זײנען א גאנצע נאכט אפגעזעסן אין אונדזער בא־העלטעניש. אז עס האט אנגעהויבן טאגן און די געשרײען מיט די געװײנען האבן זיך אײנגעשטילט, האט מיץ שווע־סטער אנגעהויבן ארײגטענהן מיט מיר, זי װעט נאר גײן זען ר׳ דוד, פײגל און פרומע־גיטל װארשאװסקי, הי״ד וז.ז. 247 דוב װאס עס טוט זיך ביי איר אין שטוב. זי האט מיר נישט געפאלגט און איז אװעק. װי נאר זי איז ארוים אין גאס, האבן איר די דײטשע באנדיטים א נעם געטאן. נאטירליך, האט זי זיך געװערט, האבן איר די דײטשן ארײנגעשאסן צװײ קוילן און אװעקגעלײגט איר א טויטע נעבן דער פאםט. איך האב פון דעם אלעמען גארנישט געװוסט. ערשט מיט דרײ טעג שפעטער, װען איך בין געקומען אין געטא, האב איך זיך דער־װוסט פון אומגליק װאס ם׳איז געשע ן מיט מײן שוועסטער.
21 ײדיש מענער און פרויען זענען דאן געפאלן טויט פון די רוצחישע הענט, דערפאר וואס זיי האבן זיך געוואלט אויסבאהאלטן פון די הענקער. צווישן די קרבנות זענען גע־ ווען: אליהו גאלדמאן (שאשקע שמשונ׳ס מאן), בעזדזשעזקי לערער, פערל לעוו, זײדלם; פעשקע הויזמאן, אלטערם; א. א. די רוצחים האבן זיך אבער נישט באגוגנט מיט דער צאל ײדן, וואס זיי האבן ארויסגעפירט פון אויסערן געטא, מחמת פיל זענען זיך צעלאפן, האט זיי געפעלט צום רעכע־ נונג. זענען זיי אריין אין געטא און האבן באפוילן די ײדן ארויסצוגיין, כלומר׳שט, פאר א דעגימטראציע. די מערהײט האט נישט געפאלגט דעם באפעל, נאר אייניקע פאמיליעם זענען ארויסגעקומען פון זייערע באהעלטענישן. אזוי ארום האבן די בעסטיעם פארכאפט: דוד װארשאװסקי׳ן מיט זיין