312 דראיהיטשין װילסט, דו זעסט דאך אז עס נעמט נישט קיין סוף צו דער מלחמה. ״ער פלעגט מיר עפענען אביסל די גרוב כדי איך זאל ארויסגײן. איך, נישט לאנג טראכטגדיק, פלעג זיך אויפ- הויבן שטילערדײט און לאזן זיך גײן אין גאס. טרערן פלעגן מיר פליסן פון די אויגן... ווו גײט מען? האב איך זיך בא- רעכנט, אויף דעם הויף איז דא א ברונעם, װעל איך ליבערשט ארײנשפרינגען אין ברונעם און א סוף זאל דאס נעמען צו אלע צרות. א װײלע שפעטע ר פלעגט זיך ראמאנאװסקי בא- דענקען, ער פלעגט מיר שװערן אז ער װעט זײן גוט און פרום, ער װעט שוין מער נישט טרינקען און געפאלן מיר צו די פיס איך זאל גײן צוריק אין גרוב. אזוי האט זיך עס איבערגעחזרט עטלעכעמאל. מיט א צייט שפעטער האבן אנגעהויבן פארבלאנדזשען אין דער פאס ט פארטיזאנער. ראמאנאװסקי האט זיי דער- צײלט, אז ער באדאלט אויס א ײדישע פרוי. די פארטיזא- נער פלעגן אים צוטראגן אפט די ״פראװדא״ און ״איזװע- סטיא״ פאר מיר צו לײזן, אבער צונעמען מיך מיט זיי האבן די פארטיזאנער נישט געװאלט. דאן האבן מיר אנגעהויבן הערן, אז די דייטשן לויפן צוריק פון סטאלינגראד. אויף די ליניעס זײנען געװארן צעשטעלט פויערים און דײטשן צו היטן די װעגן. זײ האבן אויסגעהאקט אלע װעלדער ארום דײטשן געמאכט א געטא פאר זיך אין סטאראסטװא צוליב מורא פאר פארטיזאנער. שטײען ה. שטײנבערג, ל. גאלדבערג
די ליניעס. דאך פלעגן די ליגעים אלע טאג ווערן צעריסן און באגעגנט מיט דייטשן און שפייז זענען געווארן אויפגעריסן. די פאסט האבן די דייטשן אויך צוגענומען פון מיין גאס און עס אריבערגעפירט אין דער סטאראסטװא אויפן זאמד און זיך ארומגעצוימט מיט שטעכיקע דראטן װי א געטא, צוליב דער מורא פאר די פארטיזאנער... ראמאנאװסקי האט מיר געזאגט, אז באלד, נאך א דריי חדשים, װעט קומען די בא־ פרײאונג... װארטנדיק אויף דער באפרײאוגג, איז נאך אדורך א גאנצער װינטער. עס איז אריבער פסח, עס איז געקומען שבועות (ראמאנאװסקי פלעגט מיר זאגן די דאטעס פון די טעג און די יום־טובים...) און ג־ט האט געד,אלפן, די סא־ װעטן האבן אנגעהויבן באמבארדירן דראד,יטשין. דאס איז געװען א סימן, אז די רוסישע ארמיי איז שוין נישט װײט. דער םון ז פון דײטשע רוצחים דערנענטןן ר זי ד
אײנמאל בײנאכט קומט צולויפן ראמאגאװסקי און זאגט מיר, אז מיר מוזן װאס שנעלער אנטלויפן אין װאלד, װײל עס איז א פולע שטאט מיט דײטשן און זײ קענען נאך אויסגעפינען פון דיץ באד,עלטעגיש. ראמאנאװסקי איז שנעל אװעקגעלאפן אויף א כוטאר נעבן סימענאװיץ, באשטעלט פאר מיר דארט א פלאץ, אריבערגעפירט אד,ין זײנע זאכן און די בהמד״ װעלכע איך האב אפגעשריבֿן אויף זײן נאמען, און בײנאכט האט ער געדארפט קומען נאך מיר. דערװײל איז געװארן איבערן שטאט אזא שיסערײ און ״באמבארדי־ ראװקע״, אז איך האב געמײנט איך װעל שוין פון ״קבר״ נישט ארויסגײן קײן לעבעדיקע. ג־ט האט געהאלפן, ארום 12 בײנאכט, ראמאנאװסקי איז דא. ער האט מיך ארויסגע־ גומען פון ״לעבעדיקן קבר״, איך װיל אנד,ויבן גײן, איך קען גישט. איך האב פארלארן די ראיד,. איך זע גארגישט, װאס טוט מען? מען מוז שנעל אנטלויפן, מען טאר נישט פארלירן קײן אײן מינוט. האט מיך ראמאגא וסקי י גענומען ■ אויף זײגע פלײצעס און געטראגן. א שטיקל װעג האט ער מ׳ך געפירט פארן האנט ביז מיר זײ:ען צוגעקומען צו א פעלד מיט קארן. איך האב זיך ארײגגעלײגט אין די הויכע קארן, ברויט מיט װאסער האט מיר ראמאנאװסקי געגעבן און איך בין דארט געלעגן דרײ טעג. ראמאנאװסקי איז אװעק צום ״כוטער״.
אויפֿן דריטן טאג האט זיך נישט װײט פונם ארט װו איך בין געלעגן אפגעשטעלט א דײטשער אבאז, און װי נאר די דײטשן האבן זיך דארט אפגעשטעלט, איז גע־ ♦ ראמאנאװסקי אױגעװען א מושלינג האלב־פאליאק און האלב־רוס. אפשר האט ער אויך געהאט אין זיך ײדיש־בלוט. ו־אנואנאװטקי האט זיך באװיזן ו',י־ן דראהיטשין גלײך נאך דער . ערשטער װעלט־מלחמה. עו־איז געװען א בריװ־טרעגער. שטענדיק האט ער ו.עשנוײנלט און אױגעװען גוט אויפגעלעבט מיט אלע ײדן. [רעדאק. ]