Original scan
Original memorial-book scan 317
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-825

חורבן און אומקום 313 װארן א גרויסע שיסערײ. די םאוועטן האבן געהאגלט מיט פעך און שװעבל, עס האט זיך פשוט געקערט הימל און ערד... זעענדיק אז עס איז שלעכט, האב איך אנגעהויבן קריכן אויף אלע פיר, און דערקראכן צו א בונקער. איך קום ארײן אין בונקער — עס איז פול מיט דײטשן... װאם טו איך דאז גײן צוריק האב איך שוין נישט געקענט, האב איך זיך פאררוקט אין א װינקל און געקלערט צו זיך, מילא, װאם ג־ט װעט געבן דאס װעט זײן. שטײענדיק אזוי אין װינקל, הער איך װי מעגטשן שעפטשען אין דער שטיל ״שמע ישראל״. עס איז מיר געװארן אזוי נאענט צום הארצן. איך האב אויסגעפונען, אז דאס. זײנען געװען אונגארישע ײדן, װעלכע זײנען גע־ פארן מיטן דײטשן אבאז. נאר דאך בין איך געװען אין אײנע שרעק, איך זאל נישט דערקענט װערן פון די דײטשן...

passage_e49304fe3ee13654262ff4fb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 827-2169

א זעם האט אנגעהויבן טאגן׳ איז דער דײטשער אבאז ^־ועק װײטער און די באמבארדירונג האט אויפגעהערט, װײל די רוםישע עראפלאנען זײנען אװעק נאך דעם אבאז. איך בין ארויס פון בונקער און ארײן צוריק אין קארן, װאו איך בין אפגעלעגן עטליכע טעג אן עסן און אן װאסער, װײל איך האב מורא געהאט צו רירן זיך פון ארט. ראמאנאװסקי האט מיך ענדלעך אפגעזוכט און מיר געבראכט ברויט מיט װאסער. די םיבה װאם ער האט מיר געלאזט אזוי לאנג װארטן, האט ער געזאגט, איז װאם גײענדיק צו מיר האבן די דייטשן געשאםן אויף אים און ער איז קוים מיטן לעבן אנטלאפן, האט ער שוין מורא געהאט צו קומען. ער איז גלײך אװעק און איך בין װייטער געבליבן אליץ. ג־ט אין הימל, טראכט איך, װען װעט שוין קומען די גאולה, ם׳ציען זיך די טעג און די נעכט אן א םוף... און כ׳בין געלעגן אין די קארן נאך צװײ חדשים. רוםן באפרײען דראהיטשין, קוקן אויפן גרוב און װײנען בײנאכט הער איך פלוצלונג א גרויסע שיםערײ. אין בונקער האב איך מורא געהאט צו גײן, בין איך געלעגן אין די קארן. די שיםערײ האט געדויערט א גאנצע נאכט. אז עס האט אנגעהויבן טאגן, האב איך דערזען םאװעטישע מי־ ליטער לויפן. באלד אויף דעם איז געקומען ראמאנאװסקי אנזאגן מיר די בשורה אז איך בין שוין באפרײט ! . . . נישט װײט װאו איך בין געלעגן, איז געשטאנען א רו־

passage_4e44c6496f4d8a569f3d3cd5
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2171-3318

םישע ר אבאז. ראמאנאװםק יאי זאװעק צודירום זאון זײ דערצײלט פון מיר. אלע פון אבאז זײנען געקומען אנ־ קוקן מיך. איך האב דאן אויםגעקוקט װי א םקעלעטן אפ־ געריפן. די רוםן האבן מיך גענומען אויף דעם אבאז און אװעקגעפירט קײן דראהיסשין צו מײן הויז, װעלכע איז גע־ שטאנען גאנץ אבער װעלכע ד^ן ט אויםגעקוקט װי א שטאל, װײל די דײטשן האבן דארט געהאלטן פערד. באלד זײנען אויך אנגעקומען א פולע שטוב מיט פאליאקן און רוםישע פויערים צו קוקן אויף דעם בײז־וװנדער, אויף דער אײנ־ ציקער ײדישע װאם איז געבליבן לעבן. די ײדן פון די װעל־ דער זײנען געקומען מיט א חודש שפעטער. אויף צומארגנס זײנען געקומען די רוםישע נ.ק.װ.ד. צו זען װי איך זע אוים. זײ האבן געװײנט קוקענדיק אויף מיר און אויף דער גרוב, ווו איך האב אפגעפינצטערט קארגע דרײ יאר. זײ האבן גארנישט געקענט באגרײפן װי איך האב דאם אויםגעהאלטן. מיט א חודש שפעטער זײנען געקומען פון די װעלדער: אברהם דער טשעראמכער מיט זיץ מײדל: םפעװאק׳ם מײדל, פון רעכטם: דװאשקע גאלדבערגע״ה, פיניע װאלדמאן הי״ד ואו אםתראײזענשטײן־פעלדמאן מיט איר קלאס פון ״מוריה״, הי״ד י

passage_62e5dcd4be72efd3638a437a