Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 318
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1343

314 דראהיטשין פײװיש פעלד ־ װא1אונ מאטיע ■־אכנעם אקושע ־ װי,טץ (אויבן), בײדע אומגעקו ־ מעװ הי״ד! נחום דער בילינער׳ שיינדל/שעפםל זארעצקי מיט זײן פרוי און קינדער שלום, אבדהם דעם הענדלערס אײניקל׳ ואון נאך אײניקע געראטעװעטע ײדן. איך װעל קײנמאל נישט פארגעסן דעם טאג װען די רוצחים האבן פארניכטעט אונדזער שטאט דראהיטשין. מיר זײנען דאן פארגלױוער געװארן מײנע לעצטע יבלוטן װאס איך האב פארמאגט. בײנאכט האט מיר מיק רעטע מיט טרערן אין די אויגן דערצײלט, אז דראהיטשין מיט אירע ײדן עק ־ זיסטירט נישט מער. דערבײ האט ער געפרעגט: חוה, פאר ־ װאס קומט דאס אײך אזוי טראגיש אומגעבראכט צו װערןז לײדער, האבן די ײדן זיך ניט געקענט אנטקעגנשטעלן מיט נאקעטע הענט קעגן די פארניכטונגס געװער פון די רוצחים!. ., איך האב דערלעבט דעם טאג, װען די מערדער האבן פארלאזן אונדזער טויטע שטאט. און נאך דרײ יאר לײדן׳ האב איך דערזען א ליכטיקײט װאס האט מיר פארבלענדעט די אויגן.. . איך בין געװען די גאנצע צײט האלבע בלינד, ביז איך האב ענדלעך דערזען די ליכטיקע װעלט, װאס איז פאר מיר אזא לאנגע צײט געװען פינצטער. אבער עס איז מיר װידער פינצטער געװארן אין די אויגן דערזעענדיק די גאנצע שטאט מענטשן באגראבן הינטערן גלח׳ס םאד.. . מײן הארץ איז געװען פון אײזן אז איך האב דאס איבערגעלעבט.

passage_56cc2abd6358a66d63f8303b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1345-2583

אייך בין אװעקײן דאבאגניעװ. מײן הארץ האט מיר װײ געטאן זעענדיק װי די פוילישע פויערים האנדלען מיט ײדישע האב און גוטם. יונגע שיקמעס נײען איבער די קלײ־ דער פון אונדזערע מאמעס... פויערשע הײזער זײנען באפוצט מיט די זילבערנע בעכערס, װאס אונדזערע טאטעס האבן קידוש־געמאכט שבת און יום־טוב, אין זײערע יחגאות נוצן זײ שבת׳דיקע לײכטער, אין װעלכע אונזערע מאמעס האבן געבענטש ט ליכט... כ׳האב ניט געקענט צוקוקן װי די פוילישע קרעמער װיקלע ן א יק העריונ ג או ן בשר־מיר אין די הײליקע בלעטער פון אונדזערע גמרות... נאך לאנגע װאגלענישן און מאטערניש בין איך, אין יאר 1950, אנגעקומען קײן שיקאגא, װו איך געפין זיך הײנט. זײער אפט קומען מיר אויפן געדאנק די װערטער פון ד״ר שעכטער: ״װאס װעט שוין זײן אז דו װעסט זיך רא־ טעװען? װאם פאר א לעבן װעסטו האבן, אז דו װעסט זיך אלץ ראטעװען און אלע דײנע טײערע און נאענטע װעלן זײן טויט?...״ יעצט שפיר איך עס אן... עס האט נישט גע־ לוינט צו דורכמאכן אזא חיבוט־הקבר װי איך האב אדורכ־ געמאכט און צו בלײבן לעבן... פלגי מים תרד עיני ע ל שבר בת עמי, עיני נגרה ולא תדמה מאין הפגות.תשי ב להם גמול ה׳ כמעשה ידיהם,תרדף באף ותשמידם מתחת שמי ה׳. איכה ג׳.

passage_7700ac4c7c3a0bb96519610f