חורבן און אוטקום 323 מאטערן זיך. ער האט מיר דערצײלט, אז אויפן צװײטן טאג נאך דער שחיטה פון אונדזער שטעטל םערגיק, איז ער פאר־ בײגעגאנגען יענעם ארט, װו מ׳הא ט אויסגע'הרג'עט די יידן פון שטעטל און ער איז צוגעגאנגען צום מאסן־קבר, האט זיך נאך דער קבר געהויבן, גערירט... מיר האבן זיך צעװײנט הערנדיק זײנע רײד. די פויערטע האט א^נדז געגעבן ברויט און האט אײך געווײנט קוקנדיק אויף אונדז... איך בין געפאלן צו זײערע פיס, געקושט, און אנגע־ הויבן בעטן, זײ זאלן מיר מיט די קינדער לאזן זיצן אין וועלדלעך אויף זײער פאלװארג. איך האב נאך בײ זײ גע־ הא ט פארבאהאלטן א גאלדענעם זײגערל מיט פינגערלעך, האב איך זײ געזאגט, איך וועל זײ אלץ אפגעבן, אבי זײ זאלן אוגד ז לאזן זיצן אין זײערע קארטשע ס אין זומף און אונדז געבן א שטיקל ברויט אויף צו דערהאלטן די נשמות... אפשר װעלן מיר לעבן בלײבן, װעל איך זײ אײביק געדענקען. עס האט זיך געשאפן אביסל רחמנות בײ דעם פויער מיט זײן װײב, קוקנדיק אויף אונדזער פינצטערן גורל, און זי האבן אונד ז געגעבן א ן ארט אין זומף אויף די קארטשע ם ניט װײט פון זײער פאלװארג. די פויערטע פלעגט אונדז ברײנגע ן א שטיקל ברויט מיט עטליכע קארטאפל און מיר זײנען שוין געװען גליקלעך, מיר האבן שוין א ן ארט ו װ צו זײן. אבער אויך דער גליק האט לאנג ניט אנגעהאלטן.
אין פינף טעג ארום קומט דער פויער צולויפן און הײםט אונדז גײן פו ן דאנען, ער האט מורא אז פאסטוכער װעלן אונדז דא באמערקן און איבערגעבן די דײטשן, װעט מען אים, צוזאמען מיט אונדז, הרג׳ענען. ער דערצײלט, אז א סאך יידן.האט די פאליצײ אויסגע׳הרג׳עט, װײל די פאם ־ טוכער האבן זײ געזען זיך באהאלטן און אויסגעגעבן צו די מערדער, און דערפאר פלעגן זײ קריגן באצאלט פון די דײטשן.
בײנאכט האט אונז דער פויער ארויסגעפירט פון דעם זומפּ, װו מיר זײנען געזעסן און מיר האבן זיך געלאזן גײן אין דער פינצטערניש פון דער נאכט. װוהין זאלן מיר גײן... פאר אונז איז אויף דער ערד קײן ארט נישטא... און אויב מיר װעלן אין דער פינצטערניש פון דער נאכט זיך ניט באהאלטן, װעט די ליכטיקײט פון טאג צונעמען אונדזערע לעבנס... איך מיט מײנע ארעמע קינדערלעך האבן געבלאנדזשעט א גאנצע נאכט, ביז מיר האבן דערזען פאר אונדזערע אויגן פויערשע ״מאהילקעס״. מיר האבן אריבערגעקלעטערט דעם פארקאן און ארײן אין א קאפליצע פון די מאהילקעם. פאר די שכנים, די טויטע, האבן מיר נישט כוורא געהאט. מיט זײ זײנען מיר געװען זיכער. מיטן לעבן... אויפן צװײטן טאג, פארנאכט-צו, האבן מיר דערהערט קלינגען אין קלויסטער. מיד האב איך גלײך פארשטאנען, אז עס איז שוין פאר אונז דא אויך קײן ארט נישטא. געװים, איז א פויער אװעקגעקומען זועט מען אים קומען באערדיקן דא״ מוזן מיר אװעק פון דאנען. אויב מ׳װעט אונז דא געפינען װעט מען אונז ׳איבערגעבן צו די דײטשן און דער׳הרג׳ענען. רעכטס איז די געװעזענע רוסישע פריסוטסטװא. אויפאיר פלאץ האבן די פאליאקן שפעטע אויסגעבויט די נײע סטאראםטװא, לינקס אין הינטער-גרונד זעט מען די מאגילקעם פון דער דראהיטשינער קריסטלעכער באפעילקערונג. — בילד גענומען 1917