Original scan
Original memorial-book scan 330
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1071

326 דרא ה יט שין האלפ ן דײטש ן מארד ן ײדן. — זאל ע ר זײ ן געבענטשט י מיר זײנען געװען אין די זועלדער צוזאמען מיט רו־ סישע און פוילישע משפחות, װעלכע האבן זיך אויך אויס־ באהאלטן. איך מיט די קינדע ר זײנען געזעסן אין א בײדל אין װאלד מיט דער פוילישער משפחה דזשאלאנזעװסקי. מיר זיצן און באקלאגן אונזער מזל. די פאליאטשקע דערצײלט מיר װי איר זײדע האט אמאל אויך געליטן אין דער צײט פון ״מיאטעזש״ (פוילישער אויפשטאנד קעגן רוסלאנד), און האט זיך אויך באהאלטן אין די װעלדער װי מיר יעצט. פלוצלונג האבן מיר דערהערט װי מארצין באמבאװסקי (א פאליאק), לויפט צו אונדז א פארװוינטער און שרײט: ״ראטעװעט זיך! אנטלויפט גיך פון דאנען! די באנדעס האבן גע׳הרג׳ט מיץ װײב און מיץ טאכטער, צעהאקט זײ אויף שטיקער!״... מיר האבן גענומען לויפן אין געדיכטן טיפן װאלד און מיר האבן זיך דארט באהאלטן. נאר גיך האבן מיר געהערט א שיסערײ. פארטיזאנער זײנען אנגעלאפן און צעקלאפט דער באנדע, און א סך פון זײ צעטרונקען אין דער קאנאװע. די רוסישע ארמײ כאפרײט זײ

passage_9e168e7b951a6da8f57a6a7c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1073-2151

אזוי האב איך מיר זיך אנגעליטן פון די דײטשישע און אוקראינישע רוצחים ביז די באפרײאונג איז געקומען. עס פלעגט אמאל א בליץ טאן א האפענונג, אז מיר װעלן דאך לעבנבלײבן און קענען דערצײלן װאס מיר האבן דורכגע־ לעבט. װי גליקלעך מיר װעלן דאס זײן. נאך אומגליקלעכע 4 יאר לײדן און מאטערן זיך, איז געקומען דער היסטארישער טאג, װען מיר זײנען באפרײט געװארן פון די דײטשן און פון זייערע מיטהעלפער, די אוקראינישע און אנדערע רוצחים. די לופֿט איז פרײ געװארן, די זון האט געלויכטן, אבער, לײדער, ניט פאר אלע, װעלכע האבן געהאפט דאס צו דער־ לעבן. מיר זײנען באפרײט געװארן פון די רוצחים און זײנען ארויס פון די פינצטערע ראװנער, סװאריצעװיטשער, אזער־ םקער, ספארעװער און סװארינער װעלדער, דארט, װו ס׳איז געװען אונדזערע רעטונגס־ערטער. נאך אומגליקלעכע 4 יאר זײנען מיר געקומען צו אונזערע פארלאזטע, חרוב־געװארעג ע הײמען. דאס שטעטל סערניק איז אינגאנצן אפגעװישט גע־ װארן פון דער ערד; קיין זכר ניט געבליבן פון יידישן ישוב. איך בין געקומען אין מיץ געבורט־שטעטל דראהיטשין,

passage_5153e6d969475eaa43d445f7
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2153-3460

װו איך האב מײן קינדײט פארבראכט. װי פינצטער עס איז מיר געװארן אין מײנע אויגן קוקנדיק אויפן גרויסן חורבן, וואס איך ה^:: דארט געטראפן. דראהיטשין איז ײדן־ריץ. די בית עלמינס זײנען צעשמעטערט, בהמות פאשעׁן זיך דארטן. די מצבות זײנען אויסגעריסן פון די קברים, פון די מצבות האבן די דײטשע רוצחים אויסגעלײגט טראטוארן, װעלכע פארנעמען די גאנצע גאס צום זאמד. איך בין געגאנגען דורך די גאסן, װעלכע זײנען פאר׳יתום׳ט, אויסגעלײדיקט און קלאגן אויפן חורבן. כ׳האב געקוקט אויף די סטעזשקעם, אויף װעלכע אונדזערע ליבסטע האבן דורות־יארן לאנג געטראטן: אט די םטעזשקעלעך זײנען הײנט אנגעזאפט מיט ײדיש בלוט. מיר האט זיך געדוכט אז עס שטײען פאר מײנע אויגן יענע לע־ בעדיקע מענטשן, מיט װעלכע איך האב פיל פון מײנע יארן פארבראכט, און װעלכע האבן געבויט א צוקונפט פאר קינדער• איך בין פארבײגעגאנגען די קינדער־שולע, דארט ווו אונדזערע ײדישע קינדערלעך האבן זיך געלערנט, ווו די פיני און מינדל סי־ דער אװ, טאכטער פדײדל (שטײט), אײ־ דם ישדאלאנדאן סיצט) און אײניקלעך: ױאל משה, יאנקל, ױדל, שרה רײזילסחי ה גיטל און יצחק. פי־ ניעס א זון שטײט לינקס און א מײדל אין מיטן שורה אויבן. די גאנצע משפחה איז פון די דײטשע מעד־ דע ד געװארן אפגע־ װישט! דערמאדדעט ו השם ינק ס דמכס!

passage_1172b5e27616d2cdb8973f73