Original scan
Original memorial-book scan 331
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1244

חורבן און אומקום 327 אברהם, שיינע (װארשאװסקי) און יצחק בוים. הי״ד וז.ז. 293 משה׳לעך, שלמה׳לעך און שרה׳לעך —אבז געלעבט און גע־ טאנצט און געזונגען, אט די שולע שטייט היינט פארשעמט, פאר׳יתומ׳ט און זי קלאגט אויפן גרויזן אומגליק פון די אומ־ שולדיקע נשמהלעך, וועלכע די דייטשן האבן אזוי אמרױתדיק אומגעבראכט... זייערע ערטער האבן היינט פארנומען די קריסטלעכע אנטיסעמיטישע קינדער. איך בין געגאנגען צום גרויסן ברודער־קבר, וועלכער ליגט לעבן ליניע, ניט װײט פון אלטן בית עולם, דארט ווו ס׳זענען אומגעקומען אויף קידוש השם אונדזערע שוועסטער און ברידער, מיט א צעבראכן הארץ בין איך צוגעפאלן צום גרויסן ברודער־קבר. איך האב געיאמערט, געװײנט, גע־ רעדט צום שטומען קבר: פארװאס זײט איר אויסגעריסן גע־ װארן פון דער װעלט, מיינע אומגליקלעכע שוועסטער און ברידער? פארװאס האבן אייך די דייטשע רוצחים אויסגע־ מארדעטי... ווער וועט קומען אויף אייער קבר, אייך באקלאגן און פארגיסן א װארעמע טרער אויף אייער גרויסן אומגליק... ו ווער וועט נקמה נעמען פאר אייער אומשולדיקן, פריצײטיקן טויט? נײן, מיינע שוועסטער און ברידער, איר לעבט, איר זײט ניט טויט: אין אונדזערע הערצער וועט איר אייביק לעבן! זײף פון ײדן־פעטס געטײלט אין די.־ 9 י.־לאגער

passage_5e4bb264e7c715ec640a9297
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1246-2443

מיט אַן צעבראכן און אנגעװײטאגטן הארץ האב איך אויף אײביק זיך געזעגנט מיטן ברודער־קבר, מיט א פאר־ װײן און פארשעמטן פנים האב איך פארלאט מײן שטעטל דראהיטשין און אין אויגוסט, 1945, זײנען מיר אנגעקומען קיץ לאדזש, פוילן, ווו די שארית הפליטה פון אלע שטעט און שטעטלעך, די פארבליבענע אײנציקע היטלער־קרבנות, האבן זיך צונויפגעזאמלט אויף אויסצעװאנדערן. עס האט זיך גע־ שאפן א ײדישע ארגאניזאציע /,איחוד׳׳. מיר האבן זיך אעע־ שלאסן אין דער ארגאניזאציע. מיט דעם פלעצאק אויף דער פלײצע און מיטן װאנדער־שטעקן אין האנט האב איך מיט מײנע קינדער, צוזאמען מיט א גרויסער גרופע היטלער־ קרבנות, זיך געלאזן װאנדערן דורך פוילן, טשעכאסלאװאקיע׳ אונגארן, עסטרײך און דײטשלאנד. מיט דער הילף פון דער ״בריחה״ און אמעריקאנער ״דזשאינט״, זײנען מיר געקומען אין א די.־פי.־לאגער אין שטײער (עםטרײך), די אמעריקאנער ״אונרא״ האט אונדז פרײנטלעך אויפגענומען און מיט מיטלײד געקוקט װי אויס־ געפײניקט מיר זיינען, און זיי האבן אפגעשאצט אונדזערע לײדן. מ׳האט אונדז באזארגט מיט עסן, קלײדער און מעדי־ מנוחה ראבינאװיטש מיט איר קלאס קינדער פון שולע ״מוריה״ פון דראהיטשין אומגעקומען! השם ינקום דמם

passage_0b2d4622cd71b7963a37f56b