Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 332
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1339

328 דראיהיטשין ר׳ מנסע שװארץ מיט זײנע קינדער: ברוך (אויבן), שנואה רחל, רבקה, אברהם א.א. — אלע אומגעקומען, הי״ד! צינישע הילף. איך בין געװעזן קראנק און צעבראכן׳ האט מיך דער דירעקטאר פון ״אונרא״, מיט אן אמבולאנס, גלײך אפגעשיקט אין שפיטאל. דער לויטענאנט קאפלאן׳ אן אמעריקאנער ײד, האט מיך געבראכט אין א דײטשישן שפי- טאל אין לינז, עסטרײך׳ און ער האט מיך איבערגעגעבן צו א דײטשישן דאקטאר און אים געזאגט, אז איך בין א ײדישע פרוי, א קרבן ׳פון היטלערן. דער דאקטאר און זײנע געהילפן האבן אויף מיר געקוקט מיט נעבעכדיקע פנימער... נאך 6 װאכן בין איך ארוים פון שפיטאל געזונט. איך בין געזונט געװארן נאר דערפאר, װאס איך האב דערלעבט די דײטשע מפלה: מ׳האט מיך געבראכט אהײם, אין לאגער. די פרײד פון מײנע קינדער, אז זײ האבן מיר דערזען, איז נישט צו באשרײבן. מײנע קינדער האבן מיר גענומען דער- צײלן אז אין לאגער איז א טומל, מ׳האט זיך דערװוסט אז ד׳־זײף װאס מיר ניצן אין לאגער, אויף וועלכע ס׳זײנען פאראן די בוכשטאבן ״ריפ״, איז געמאכט געװארן פון מענטשן־ פעטם, פון פלײעזש פון אונדזערע פארפײניקטע ײדן... (דאס הײסט ״רײן ײדיש־פעטם״)... ײדן זײנען געלאפן צו ״אונרא״ באקלאגן זיך. מען איז געלאפן צו דער דײטשער קראם, װאם האט פארקויפט די ״ױדען־זײף״ און געװאלט אויסהאקן דארט

passage_870c21faad6b4d8b1c04d792
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1341-1994

די שויבן. די ״אונרא״ האט גלײך באפוילן, אז דער דײטשי־ שער קרעמער זאל פארגראבן די קעםטלאך מיט די ״ױדען־ זײף״... [איז דאם אלעס װאם ז־י ״אונרא״־לײט האבן געטאן...? — זײער א ״הומאניטארער״ טאט... — װ. ] אין יאר 1946 האט מען דעם לאגער פון שטײער ארי־ בעוגעפ׳רט קײן בראונא, דארט, װו היטלער, ימ׳ח שמו וזכרו, איז געבוירן געװארן. מיר פלעגן פארבײגײן די פארשאלטענע פוםטע הײזקע, װעלכע שטײט בײם װעג, ניט װײט פון לא־ גער, װו מיר זײנען געװען, און מיר פלעגן שפײען אויפן ארט װאו דער גרעסטער גזלן אין דער געשיכטע האט געלעבט... אין א געװיסן טאג האט מען אונדז אנגעזאגט די בשורה,

passage_4f6ce02644453e9960712d76
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1996-2995

א ז מ׳װעטן אונד ז אויסטײלן פאקעטען פון רויטן קרײץ, און מיר זאלן מאכן רײן די װוינונגען. ע ם איז אראפגעקומען אן אמעריקאנער ריקאנער קאמיסיע, דער הויפט פון ״אונרא״ מיט זײן םעק רעטארין. מיר האבן אל ע אין לאגער ארומגערינגלט ד׳ • סעקרעטארין - װעלכע איז געװען געקלײדעט אין א מיליטע רישן אוניפארם און האט גערעדט צו אונדז אין א שײנעם ײדיש. זי האט געפרעגט װער עס האט קרובים אין אמעריקע, איך האב איר דע׳רצײלט אז איך האב אין אמעריקע א שװעס טער און א ברודער. זי האט זיך מיט מיר פאראינטערע סירט און האט פארשריבן דעם אדרעס פון מײן שװעמטער. א חודש שפעטער האב איך באקומען א בריװ פון ׳מײן שװעס טער, װעלכע האט זיך דערוװסט אז מיר לעבן אין א די. ־ פי. לאגער. מײן שוועסטער האט גלײך ארויםגעשיקט אפידײ װיטס פאר מיר מיט מײנע קינדער. אין םעפטעמבער, 1946, בין איך מיט מײנע קינדער אנגעקומען קײן אמעריקע און זיך באזעצט אין נױ־יארק. אמעריקאנער און פראנצויזן בײ א גרוב הרוגים אין דײטשלאנד.

passage_00ddfbfd03f0367414532615