Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 336
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1353

332 דרא היטשין טענענבוים־פאמיליע: אליעזר־זלמן ב״ר אברהם־צבי, ברײנע־מירל בת ישראל־ אהר טאכטער צביה (שטײט), אײניקל, און זון אברהם־יעקב (לינקש. אזנטן: טאכטער בײלע־מרים און ישראל פוליג. נאך א טאכטער שײנע־רחלע אשת שמואל קאטלער. אלע, אחוץ צביה׳ך אומגעקומען הי״ד וד י טענענבוים האב ן אין ק^ןלא־ ניע באארבעט זײערע פעלדער װאס זיי האבן געהאט בירושה פון זײערע עלטערן. די איבעריקע האבן זיי ארײנגעזעצט קריסטלעכע פאמיליעס. דעם גאס־בית־המדרש האבן די דײטשן פארװאנדלט אין א שפײכלער פון תבואה און געהאלטן דארט זײערע פערד... קײן פײער און באלײכטונג אין געטא האבן די דײטשן נישט דערלױבט. עס איז סײ־װי־סײ נישט געװען מיט װאס צו באלײכטן די װאוינונגען. האט מען געברענגט שפענדלאך, קינעלאך (סמאלנע־והאלץ), אויפן קוימען׳ אויב מען האט נאר געהאט אזעלכעס, און מיט דעם האט מען פארטריבן די פינצטערקײט פון דער נאכט... איבער קינעלאך האבן פרויען אויך געבענטשט ליכט לכבוד שבת... װאסער האט מען בגנבה געבראכט פון זדים משה ליתערס (עפשטײן) ברונעם. די מחבלים האבן גוט געהיט, אז קײנער זאל זיך נישט ארויסרײסן פון געטא. ארום 75 דייטשע זשאנדארן אויפן װײסע פערד האבן שמירה געהאלטן איבער די ײדן אין דרא־ היטשין. אז די מחבלים אויף די װײסע פערד פלעגן זיך באװית ן אין געטא, פלעגט מען ציטערן װי פיש אין װאסער...

passage_310d5c8b88b78fc97cf715ed
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1355-2226

אלע טאג פלעגן די דײטשן טרײבן די ײדן אויף ארבעט אין בײלע־מרים און ישראל פוליג, אומגעקומען, הי״ד \ זען אויבן די װעלדער אדער האקן שטײנער. פרויען פלעגן ארבעטן בײם װאקזאל, קלײבן קארטאפל און טאן אנדערע ארבעטן. א פאר הונדערט ײדן, צווישן זיי אויך דוד, צביה׳ס מאן, האבן געארבעט אין ױזאפינער װאלד, זײנען אײנמאל גע־ קומען פארטיזאנער און געראטן די ײדן צו אנטלויפן. האט מען דאם דערטראגן צ.ם ױדען־ראט, און די ײדן זײנען שוין מער נישט געשיקט געװארן אויף ארבעט אין יענעם װאלד... א קורצע צײט פאר דער אויסזידלונג פון געטא ב׳, האבן די דײטשן פארנומען עטליכע צענדליק ײדן צו טרײבן שעפםן, בהמות און פערד אין קאלאניעם ארום זשיטאמיר. פאר א צײט האבן די ײדן געארבעט דארט אויף די פעלדער, גע־ װארן געפייניקט מיט כ ל עבודת־פרך און דערנאך דערשאסן. די לעצטע נאכט אין געטא

passage_5c270214742c58c3fdbdaac3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2228-3078

קורץ פ. דער פארניכטונג פון געטא ב׳, זאגט צביה, האבן די דײטשן צונויפגערופן די יידישע געטא־פאליצײ (10־12 אין צאל), געמאכט זײ קניען פאר אן אויסגעגראבע־ נער גרוב, און זי איבערגעגעבן װעגן דער אויסזידלונג פון געטא־ב׳, און דערבײ געװארנט: ,,אויב זײ װעלן אויסזאגן װעגן דער ״אקציע״ און נישט צושטעלן אלע 1600 ײדן אויפן אומשלאג־פלאץ אין מארק צום טערמין, — װעלן זײ, די פאליציאנטן מיט זײערע פאמיליעם, דערשאסן װערן אין דער דאזיקער גרוב...״ און אלע האבן געשװיגן און נישט אויס־ געזאגט... . צביה װײס אויך צו דערצײלן פון אײן ײדישן פאליציאנט, װאס איז ארומגעגאנען די לעצטע שעה׳ן א צערודערטער, און ■האט געװאגט ארויסצוברײנגעׁ פון זיץ מויל צו זײן אײ־ גענער פאמיליע בלויז די דאזיקע װערטער: ״טוט װאם איר קענט, מארגן װעל איך שוין נישט זײן מיט אײך...״

passage_79b370e21c0790d8552edf8a