Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 338
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1131

334 דראהיטשין דײטשן מומחים פון אמאל צו פארשפרײטן ײדן־האם^ש די דײטשן, װעלכע זײנען נאך פון אמאל געװען מומחים אין פארשפרייטן ײדן־האם׳ און אין אויסנוצן די ײדן־טרא־ געדיל לטובת זײערע פאליטישע צװעקן, און האבן נאד אין די גוטע צײטן אויסגעקאנםפירירט די דרײפום־אפערע! אינ־ ספירירט עלילת־דם־פראצעסן: ארגאניזירט פאגראמען אויף ײדן אין רוסלאנד, פוילן׳ ליטע און װאו נישט ז—האבן אויך איצט געזוכט מיט אלע שענדלעכםט און שרעקלעכ־ סטע מיטלן אויפצוהעצן דער קריסטלעכער באפעלקערונג קעגן די ײדן. די דײטשן, דערצײלט בנימין װאלף, האבן אין אלע עפנטלעכע פלעצער, אזוי אויך אין דראהיטשין, צעהאנגן פלאקאטן מיט העםלעך־דעפארמירטע ײדישע קאריקאטורן, װאם האבן גערופן די גוים צו מארדן ײדן! אײנעם אזא פלאקאטן האט בנימין אליק געזען. עס האט געװיזן א ײד מיט א פויליש־ײדישער היטעלע, און א רעװאלװער בײ דער זײט, דער ייד האט געהאט אײנגעשפאגט צװײ פויערים אין א פלוג, אקער, און געאקערט מיט זײ די ערד... אונטן איז געװען אונטערגעשריבן ־ ״יידישער קאמיםאר פון רוםלאנד...״ אדער אזעלכע פאגראמישע אויפשריפטן און לאזונגען!

passage_2a7b350b960e2b9cc7aa55f2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1133-2430

״װערעם ט דיאײער פחאײערע זדנער! װער עסט אויף די פוטער פון אײערע בהמות? — דער ײד! װער געמט צו אײ־ ערע הײזער? — דער ײד! װער נעמט צו אלע ^שטעלעם און אײערע פרנסות? — < דער ײד! װער פארגװאלדיקט אײערע שעכטער? — דער ײד! העלפט אונדז, קריםטן, צו פאר־ ניכט ן דעם ײד!״... א.א.װ. און די גוים האבן אויסגעפאלגט די עצות און באפעל פון דעם ״הערן־פאלק״, דעס דײטש! אין פעטראװיטשער לאגער ביי קאברין, האבן געארבעט הונדערטער ײדן פון דראהיטשין, כאמםק, קאלאניע, שערשעװ א.א. די ײדן זײנען דארט געפײניקט געװארן מיט שװערע ארבעט און געליטן הועער און קעלט. טויטע פײגעלעך האבן פון רעכטס: משה ױדעלעװםקי, בנימין װאליאנסקי, שלום װאר־ שאװסקי, ה. גאלדמאן, י. בוף—א. מעשטשאנין, שעפסל מאזורסקי ישראל־אלעז ר חארסעל (לינקס), אומגעקומען, הי״ד און װעלװיל, זון פון חײקל און חוה מילנער, געשטארבן. זען ז. 217 זײ געגעםן כדי צו שטילן זײער הזנגער. װען די ײדן אין פעטראװיטש האבן זיך דערװאוסט פח דער שחיטה פון די גע־ טא־ב׳ ײדן פון דראהיטשין, האבן זײ רעװאלטירט, געמאכט אן אויפשטאנד און אנטלאפן אין װאלד. די פארטיזאנער פון דזשעגקאװםקים אטראד האבן די ײדן, כלומר׳שט, אויפגענו־ מען פרײנטלעך, אויסגענארט ביי זײ דאס געזוע ר און נאכדעם אויסגעשאסן אלע 40 ײדן... •

passage_63a51ded353c02fe651f5527
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2432-3470

אין װאלד, ערגעץ ארום לעכעװיטש, האבן זיך אויסבא־ האלטן די פאלגנדע דראהיטשיגער! שלמה בוים און זיץ שווע־ סטער ריתל! אברהם אדלער און זײן טאכטער זיםל! שײנדל װאלאנסקי! שמואל עפעלבוים! חנה פעלדמאן(מערים׳ם)! זל.מן ארליאנסקי! עזריאל לעװ (קאלאניע)! איטשע לעװ (אברהם־ בערל׳ם)! רבקה סערטשזק־ראזענצװײג! חיה־שפרה אײזענ־ בערג! אברהם טענענבוים (קאלאניע)! ױםף קאדישעװיטש — שוחט פון קאסעזו און אגדערע. צוליב געװיסע םיבות האט זיך די גדופה צעטײלט. איטשע לעװ און עזריאל לעװ זײנען אװעק זוכן פארטיזאנער. זײ האבן די פארטיזאנער געפונען, אבער, לײדער, אויך געפונען זײער אײגענעם טויט. די פארטיזאנער האבן די צװײ ױנגע־ לײט דערשאםן.. . רבקה םערטשוק־ראזענצװײג, חיה־שפרה איתענבערג, ♦ עס איז מער װי זיכער, אז פיל פון די פארטיזאנער גרופן אין די װעלדער האבן מיטגעארבעט מיט די דײטשן. די דאזיקע פארטיזאנער־מערדער זײנען װײזט אויס ספעציעל ארײנגעשיקט געװארן פון די דײטשן אין די װעלדער, כדי אויסצו׳הרג׳ענען די רעשטלעך אנטרונענע ײדן.. . ד.װ .

passage_b211f996e70d88621b68aa99