Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 340
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1130

336 דראהיטשין גראנן זײנער עאײגענע ?נכרי ם ליקזוידירונג פון געטא־א׳ — איבערגעגעבן פון יהושע קאפעלושניק א חודש פאר דער ליקװידאציע פון געטא־א׳ האבן די דײטשן באפוילן די ײדן צו גראבן גריבער צווישן גלח׳ס םאד און אלטן בית־עולם. עס האט געהײסן, אזוי האבן די דײטשן דערקלערט, אז מען מאכט שוץ־גראבנם קעגן לופט־אנפאלן פון רוסישע עראפלאנען. אבער אין דער װירקלעכ־ קײט זײנען דאס געװען קברים פאר די פארבליבע־ נע דראהיטשינער ײדן.. . יהושע מיט זײנע 2 ברי־ דער האבן, צוליב פארזיכ־ טיקײט, אויסגעמיטן צו גע־ פינען זיך אין געטא און גענעכטיקט אין שעכט־הויז, װאס האט זיך געפונען אוי־ סער ן געטא. יהושע קאפעלושניק אין א דאנערשטאג (ו׳ חשון, תש״ג, — 15טן אקטאבער, 1942), ארום דרײ אזייגער ביינאכט, האט זיך מיטאמאל דערהערט א שטארקע שיםערײ באגלײט מיט שרעקלעכע געװײנען. ״איך האב פאר־ שטאנען״, שרײבט קאפעלושניק, ״אז דער םוף פון געטא איז געקומען״. די דײטשן מיט זײערע מיטהעלפער די אזקראינער זײנען איבערפאלן די געטא א׳ און גענומען טרײבן די ײדן צו דער שחיטה. גרופענװײז האבן די דײטשן צוגעפירט

passage_a9e84e1762bcba423c105832
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1132-2509

זייערע קרבנות צו די אויסגעגראבענע גריבער, אויסגעטאן זיי נאקעטן אזן דערשאסן זיי אין די גריבער... ״אלעמאל פלעגן זיך דערטראגן צו אונדז״, זאגט יהושע, ״ביטערע יללות און ״שמע ישראל׳ס״ פון די קרבנות, דאן — דאס קלאפן פון מאשין־געװער און עס פלעגט שטיל װערן. א האלבע שעה שפעטער פלעגן מיר ווידער הערן געשרײען: ״שמע ישראל״ און דאס טראםקערײ פון די מאשין־ביקסן און ווידער שטיל... אזוי איז עס אנגעגאנגן א גאנצע נאכט״... אז ס׳האט אעעהויבן טאגן, האט יהושע, דורך א שפארונע פון זיק באהעלטעניש, געזען, װי בערל לויפערס טאכטער, שרה־איטקע, לויפט פון געטא. די דײטשן האבן איר נאכגע־ שאסן און דער׳הרג׳עט. יעקב דוד קאזאק און װעלװל גאלדבערג האבן זיך אויס־ באהאלטן בײ דער קריסטין מאניע פון קיאסק, די דײטשן האבן זיי אויסגעפונען און דערשאסן. ״מיר זײנען געליגן אין אונדזער באהעלטעניש אין שעכט־ הויז, שרײבט קאפעלושגיק, פרײטאג, שבת און זונטאג. פון צײט צו צײט פלעגן מיר נאך הערן שיסערײען און געזען װי די גוים האבן געשלעפט דאם ײדישע האב־און־גוטם. ״זונטאג בײנאכט זײנען מיר זאלבעזעקס ט (איך, מײנע 2 ברידער, א שװעגערין, א פלימעניק פון 15 יאר און בנימין בוים פון װארצעװיטש) ארוים פון אונדזערע לעכער און גע־ לאזן זיך צום סאמענישטשער װאלד. דארטן האבן מיר איבער־ געזעסן דעם גאנצן טאג מאנטאג און זיך באראטן װאס מיר האבן צו טאן.

passage_103e65f07df835da1c05034d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2511-3516

״מאנטא ג בײנאכט האט בנימין בוי ם זיך אפגעטײלט פון אונדז. ער איז אװעק אין דער ריכטונג צו װארצעװיטש און מיר זײנען געגאנגען צו די װעלדער װאם ארום פרוזשאני. אזוי זײנען מיר געקראכן ביז דעם צװײטן זונטאג. בײטאג גערוט און בײנאכט געגאנגען. ״אריבערגײענדיק א װעג, נישט װײט פון רוזשינאי, איז אנגעפארן א לאסט־אויטא מיט דײטשן. צו אונדזער אומגליק האבן די בעסטיעם אונדז באמערקט פריער װי מיר זײ. די דײטשן האבן אנגעהזיבן שיסן אויף אונדז און דער׳הרג׳עט מײנע ברידער, הערשלען און שמחה׳ן, שמחה׳ם װײב און הערשלס יינגל. איך האב געהאט בײ זיך א מאשין־ביקס, האב איך צוריקגעשאםן און מיר איז געלונגען צו אנטרינען פון די רוצחישע לאפעם״... קאפעלושניק איז אנגעקומען אין פרוזשאנער געטא. דארט האט ער זיך אנגעשלאסן אן א גרופע פון 9 ױנגעלײט און איז מיט זײ אװעק צו די פארטיזאנער. שפעטע ר האט זיך קאפע־ לושניק אנגעשלאסן אין דער רויטער ארמײ און איז עטלעכ ע מאל געװארן פארװאונדן קעמפנדיק קעגן די דײטשן.

passage_175c073cfc2355151fda8616
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3518-4630

אין 1944 האט קאפעלושניק גענומען געפאנגען 4 דייטשע סאלדאטן. דער רוסישער קאמאנדיר האט אים באפוילן אפ־צופירן די דײטשן הינטערן פראנט, אין געפאנגען־לאגער. קאפלושניק האט די 4 דײטשן אפגעפירט א שטיקל װעג, זײ דערשאסן, און געמאלדן זיץ קאמאנדיר אז דער באפעל איז אויסגעפירט געװארן. דער קאמאנדיר האט אפנים בא־ גריפן װאם דא איז געשען, האט ער אנגעהויבן שרײען אויף קאפעלושניקן, ער װעט אים שטעלן פאר א פעלד־געריכט. אבער קאפעלושניק האט זיך נישט פארלארן און געענט־ פערט: ״חבר קאמאנדיר, איך האב עס געטאן אלס נקמה פאר מײנע אומגעבראכטע עלטערן, ברידער און פאר אלע ײדישע הרוגים״. דער קאמאנדיר האט פארשטאנען און מער גאר־ נישט געזאגט... נאך דער מלחמה איז קאפעלושניק געקומען קי־ץ דרא־ היטשין. דעם ברודער־קבר האט ער געטראפן נישט פאר־ צוימט, אן קײן שום סימן, אז דארטן ליגן טויזנטער ײדישע קדושים... אין דראהיטשין האט ער נישט געקענט פארבלײבן און קאפעלושניק האט געװאנדערט לאנג אין דער גרויסער װעלט ביז ער איז אנגעקומען קי־ץ בוענאס אײרעס, ארגענ־ טינע. (זען זײט 345 און 351.) דוב װארשאװסקי

passage_9924965b3bf09a56bf9569c9