־ורבן און אומקום 345 פארטיזאנער זאױת הפדם ה נ 8 ױ ס נ^ינאיס ע ע״ 1 | פון ױפף פעלדמאן (שיקאגע) געדחײםן האט ער בנימין בויפש, א געבוירענער פון דארף װארצעװיטש, 14 װיארםט פון דראהיטשין • נאך גאר ױנג איז בנימין געװארן פאר׳יתומ׳ט פון זיץ פאטער, און זײן מוטער חוה האט איבערגענומען דעם עול־ד.פרנסה צו שפימן אירע 5 יתומים. שפעטער, װען בנימין איז אונטערגעװאקםן, האט ער זיך גענומען צו מםחר און ארוים־ געהאלפן זײן מוטער מי ט חױנה. אין 1937, נאבדעם װי בנימין איז צוריקגעקומען פון דינסט אין דער פוילישער ארמײ, האט די בוים־פאמיליע זיך באזעצט אין דראהיטשין (אין הויז פון מאיר ױדל פעלדמאן). בנימין איז אנ־ געגאנגע ן מיט זײנע מםחרי ם און געפירט א באלעבאטישע הויז. װען די דײטשען רוצחים האבן אנגעתויבן אומברײנגע ן די ײדן פון דראהיטשין, האט זיך בנימין ארויםגעראטעװעט פון געטא און איז אנגעקומען צו די פארטיזאנער אין בילינער װאלד. אלס א ן א ו י ם געדינטער םאלדאט, װיסנדי ק װי צו האלטן א ביקס אין האנט און קענענדי ק די מלאכה פון תכםיםי־מלחמה, איז בנימין באלד גע־וארן אײ־ נער פון די אנפירער אין זײן פארטיזאנער אטריאד. בנימין האט שוין דאן גע־ הײסן ״באריס באימא־ װיטש״. ער האט אלײן אויםגעפירט די געפער־ לעכםטע קאמף אקציעס און גענומען גרויסע נקמה אין די דייטשישע מערדער. לינקם איז באריס מיט זײ פארטיזאנער אטריאד.
אײנמאל אין א װינטער־נאכט האט באריס מיט זײנע פארטיזאנער ארומגעצעפעװעט דעם הויף באלקת (7 װיארסט פון דראהיטשין), אנטװאפנט די דייטשן װאס האבן פאר־ װאלטעט מיטן הויף, פארגדמעט דעם גאנצן לעבעדיקן אינ־ װענטאר (28 בהמות און פערד) און געצװאונגען די דייטשן צו טרײבן די בהמות אין װאלד צו די פארטיזאנער. אין װאלד האבן די פארטיזאנער דורכגעפירט א משפטן איבער די דײטשן און מען האט זײ דערשאסן. װען צו באריס׳ן איז דערגאנגן די שרעקלעכע נײעס פון דעם אומקום פון די כאמסקער ײדן, װי די גױם מיטן גלת בראש האבן מיט קאסעם און העק צעפערטלט די ײדן, האט ער באשלאסן צו נעמען נקמה אין די פאררעטערישע פויערים. באריס האט זיך פארשטענדיקט מיט די םפארעװער פאר־ טיזאגער און צוזאמען מיט זײ האט ער ארײנגעשטררעמט קײן כאמסק און מיט פולעמיאטן אויסגעלײגט װי די חזירים אלע שולדיקע פויערים׳ דעם גלת און אלע דײטשן פון כאמסק. [אן אויםנאם איז געװען דער דראהיטשינער גלת פא־ לעװסקי, װעלכער האט געהאלפן די ײדן. בעת די דייטשן האבן ארויפגעלײגט אויף שטאט א גרויסע קאנטדיבוציע האט דער גלת אװעקגעגעבן זײנע גאלדענע צלמים אויף אויםצו־ פילן דעם םכום פון דער קאנטריבוציע.., ]
בארי פאהטזיךאויך אפגערעכנט מיט פיל אנדערע פויערים װאס האבן גע׳הרג׳עט ײדן אדער זיי ארױםגעגעבן צו די דײטשן. גאנצע פויערשע פאמיליעס האבן באצאלט מיט זייערע לעבן ^ למען ישמעו ויראו... !