346 דראיהיטשין שמחפעלדמאן (רעכטס), הי״ה און יוסףפעלדמאן, שיקאגא אײנמאל איז בארים געװארן פארכאפט אין א פאמסטקע פון דרײ דײטשן. בארים האט אײנער אלײן אנגענומען דעם קאמף מיט די דײטשן און ער האט אלע דרײ אװעקגעלייגט טויט. אבער די דײטשן האבן נאך באװיזן צו אװעקשיםן בארימס פערד און אים אלײן פארװאונדן איז א פוס. פאר א צײט איז בארים געלעגן אײנער אלײן אפגײענדיק מיט בל1ט, ביז עס איז אנגעפאדן א פויעדי׳שע פורל. דער פויער, דער־ זעענדיק די דרײ טויטע דײטשן, האט זיך אנגעהויבן צלמ׳ען און געװאלט מאכן א ויבריח. אבער באריס האט דעם פויערל געצװאונגען אפצופירן אים אין דער פארטיזאנער־באזע. שפעטער האט זיך באריס אנגעשלאסן אן דער רויטער ארמײ, װאו ער האט אלס קאמאנדיר ארויסגעװיזן גרויס העל־ דישקײט, געזײט םיט און פארװיסטונג אין די דײטשישע שטעט ביז דער פארניכטונג פון די דײטשע מערדער־חילות! באריס איז פאר זײנע העלדישע מעשים געװארן אויסגע־ צײכנט מיט די ארדערס פון לענין און סטאלין.. . אין 1946 האב איך באקומען פון באריסן דעם ערשטן ברױו איך זאל אויפזוכן אין שיקאגא זײן שװעסטער (שרה א.ן איר מאן אױרװינג פארב). אין קורצן נאכדעם דערהאלט איך א ברױו פון בארימסן פון פראג, טשעכאםלאװאקיע, אז דער איז קראנק. באריסעס שװעסטער איז געלאפן צו אים קײן פראג, אבער לײדער האט מען אים נישט געקענט ראטעװען.. .
באריסעס חבֿר פֿונדי פארטיזאנער, א. ברילאנד, שרײבט (לאדיזש, 1947) װעגן באריסן אזוי: ״מיר געפינען זיך אין א שלאכט מיט די דײטשן. מיר זײנען װײניק, זײ זײנען פיל מער פון אונז. באריס װערט פארװאונדעט פון א דײטשער קוייל, ער פאלט און בלוטיקט. אבער דער געדאנק פון נקמה װערט בײ אים א ד״א רנישט שװאכער. איך הויב אים אויף און װיל אים טראגן צו דער פארטיזאנער באזע, אבער באריס רײסט זיך ארויס פון מײנע הענט און װארפט נאך אויף די דײטשן דעם לעצטן גראנאטן װאם עירט ה,אט געהאט... איך טראג אים צום שפיטאל פון די פארטיזאנער, א 15 קילאמעטער. אבער באריס זאגט צו מייר: מײן הארץ איז נאך נישט רואיק, נישט געשטילט, איך האב נאך געקענט צעשיסן א פאר דײטשז... אהנזערע איבערלעבונגען איז נישט צו באשרייבן אין א בריװ. באריס איז געװען פאר ימיר א טאטע און א ימאמע... מײן הארץ װײנט נאך אים. איך װיל האבן א דין־תורה מיט גאט. פון אזויפיל געפארן האט אים ג־ט ארויםגעראטעװעט און איצט, װען מען קיען שוין לעבן, :האט אים גאט צוגענומען, פארװאס■?״...
באריס אלײן שרײבט אין א בריװ (15 יולי, 1945) אזוי: ״איך זא ל אײך אלעס ארומשרײבן װאלט קײן פאפיר גישט גע־ סטײעט. איך בין געװען נישט מער װי פינף מאל געראניעט, פארװאונדעט אין די קאמפ ן מיט די דײטשן. איך בין איצט באפרײט געװא־ ן פון ״מיליטער (רויטע ארמײ) אלם אידואליד. אויסערלעך בין איך פאלקאם, אבער אינערלעך נישט איז ארדענונג. אויב איך װעל האבן א ה־לם און זיך אפהיטן קען איך נאך האפן אויף צו װערן פאלקאם געזונט... מאראליש בין איך שטארק דערשלאגן, װײל ארויסקומענדיק פון מיליטער האב איך קײנעם נישט געטראפן פון אונזערע • איך בין יעצט אײנער אלײן אין א פרעמדער װעלט״... . כל זמן באריס האט געהאלטן די ביקס פון נקמה אין זײן האנט האט ער נאך געשטיורעמט. דער ריזאן׳ דער צארן, דער דורשט נאך נקמה אין די דײטשישע מערדער האט אים געגעבן כוח און אימפעט דורכצולעבן אלע פיזישע און מא־ ׳ראלישע לײדן... אבער אזוי גיך װי ער האט אװעקגעלײגט די ביקס, אזוי האבן זיך אין אים געעפנט אלע זײנע פיזישע און גײסטיקע װאונדן... און באריס איז אויסגעגאנגען... אין 1946 אין פהאגע ר שפיטאל אין טשעכאסלאװאקיע. תנצב״ה. ד״ר הערשל און ליזע פעלדמאן, אומגעקו־ מען, הי״ד! הערשל איז געװען א קוזין פון יוסף פעלדמאן.