Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 354
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1192

350 דרא האיטשין 2 אומװילך אומגעבראכט געװארן. צוזאמען מיט זיי זענען אויך אומגעקומען די קהלה־לײט, כאטש זיי האבן געדענקט, אז זיי װעט מען שוינען. בלויז געצײלטע האבן זיך גערא־ טעװעט. ״ווען מיר האבן זיך אין ארבעטס־לאגער דערװוסט, אז מען האט שוין אויך אומגעבראכט די ײדן פון געטא ״א״ — שרײבט עפעלבױם — ״האבן מיר באשלאסן צו אנטלויפן אין װאלד. דאם איז געװען זייער שװער. די דארטיקע באפעל־ קערונג האט געמאכט אבלאװעס אויף ײדן, װײל מען האט זיי צוגעזאגט פינף הונדערט רובל פאר יעדן ײדן, װאם זיי װעלן ברענגען. אויך די קריסטלעכע פארטיזאנער פלעגן הרגע־ נען ײדן, באהויפטנדיק, אז אין רוסלאנד װעט װידער װערן א צארישע ארדענונג. ״בעי זשידאװ—•ספאסאי ראסיױ!״ האט מען געהערט. גענומען נקמה אין די דײטשישע רוצחים! ״דעם 4טן נאװעמבער, 1942, האט מען צעשאסן אונדזער לאגער. מיר איז װידער געלונגען צו אנטלויפן אונטער א באשיסו פון קוילן. איך האב זיך אויסבאהאלטן אין װאלד און דארטן א גאנצן װינטער געלעבט אין א גרוב. איך האב זיך דערנערט מיט צעפוילטע און פארפרוירענע קארטאפל, װאם איך פלעג גנבענען בײנאכט פון װײטע כוטארעס, װעל־ כע די פויערים האבן פארלאזט.

passage_1ccbc33fe081e3fe35d4a34e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1194-2514

״שפעטער, װען די פארטיזאנער באװעגונג האט זיך פאר־ צװײגט און אנגעקניפט באציאונגען מיטן רוסישן מיליטער, האבן זיי זיך אנגעהויבן בעסער באציען צו ײדן. איך האב זיך צוגעשלאגן צו אן אטדיאד אין פינסקער געגנט, שפעטע ר אנגעשלאסן זיך אן דער רויטער ארמײ און אויסגעפירט די שװערסטע פונקציעס. װעלנדיק נעמען נקמה אין די דײטש ע זײדל (יעקב) און פערל לעװ. לינקס איז זײדלס מוטער, חױו־מירל. די קינדער פון רעכטס: ױסף, רחל, פעשע, באשקע און בנימין הערשל אלע אומגעקומען, הי״ד! זײדל ב״ר טוביה דוד לעװ פון הארבאכע איז געבוירן בערך תרנ״ג, 1892, און גע־ 8 ^| 9 ^| 8 ||^ס 8 ||| | לערנט אין סלאבאדקע, 8 881 8811818 | 8 ^ 8 ^ | בײ ר׳ ברוך בערץ זצ״ל. |^^|||| 8 ■ 0 |■||||■| | אין 1924 באזעצט זיך אין דראהיטשין. אין 1942 איז זײדל אלײן אנטלאפן קײן הארבאכע און דארטן אומ־ געקומען. פערל איז געװען א טאכטער פון טוביה־דוד װארשאװסקי. זען זײט 207. באנדיטן, האב איך ניט אײנמאל מײן לעבן אײנגעשטעלט. איך האב זיך דערדינט צום ראנג פון פעלדפעבעל. איך בין געװען אויפן קארעליש־פינישן פראנט און עמלעכע מאל פארװונדערט געװארן. דערנאך בין איך געשיקט געװאח קי ץ מזרח־פרײסן, װו איך האב זיך באטײליקט אין שטורעמען א, ן אין פארנע.מען די שטאט קעניגסבערג׳ ז װ איך האב אויך אן אויםצײכנוע באקומען.

passage_c818cb2f3541da4ea87205a1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2516-3824

״צײטנװיטראכט איך, װי אזוי האב איך, א דערצויגענער אין ישיבות, אין העברײאישע שולן, װי אזוי האב איך, א הומאניסט, געקענט זײן אזוי װילד און פארגיסן אזוי פיל בלוט אין מזרח־פרײםן. איך האב דאך קײנמאל דארט קײן לעבעדיקע געפאנגענע ניט גענומען. װען דער בלוטיקער פײנט פלעגט זיך בעטן: ״רוס כאראש״, פלעג איך שטעכן אן רחמנות. װי א פארניכטנדיקער שטורעם בין איך געגאנגען דורך די דײטשע שטעט און שטעטלעך. איך האב צוזאמען מיט מײנע חברים געטראגן טויט און חורבן איבער מזרח־פרײםן. מײנסטו, ברודער, אז דאס פארגאסענע בלוט פון שונא האט אפשר געשטילט מײן צארן און מיר א טרײסט געבראכט? לײדער ניט. ניט א קײן טרײסט צו אונדזער חורבן . ״אויף די דעכער פון די װאגאנעס בין איך נאך דער דעמאביליזאציע געפארן אהײם קײן דראהיטשין. איך האכ דארטן קײנעם ניט געפונען. פרעמדע קריסטן באלעבאטעס־װען ביי אונדז אין שטוב, און אין אלע ײדישע הײזער, װאס זײנען געבליבן. ניט א קײן ײד אין דראהיטשין, מען הערט ניט קײן ײדיש װארט און מען זעט ניט קײן ײדיש אות. אזוי איז אויך אין קאברין, פינסק און בריסק. עס געפינען זיך דארט עטליכע ״פאספארט־ײדן״ פון די מזרח־געביטן פון רוסלאנד, װעלכע רעדן אפילו נישט קײן ײדיש.״ ז.ז. 287 דער בריװ איז ארויטגעשיקט פון ל^)דזש, 27 דעצענז ״1945

passage_622a19e526ed4a7262cdce86