Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 35
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1331

דאס שטעטל 31 האט געשטעלט ראל אוי ף פסח. גליימצײטיק האט מען אײנגעשטעלט, מעד אוי ף ארבע־כוסות. אנדער ע פלעגן אויך מאכן אלײן װײן. איבערהויפט האט זיך געטומלט אין די שװאלניעס, ווו מען האט געבאקן האנט־מצות. יעדע ר אײנער האט געמוזט האבן זײן באשטימטן פלאץ און ארבעט בײם באקן די מצות. צום ערשט האט דער ״אנשיטער״ ארײנגעשאט ן 'דאס מעל אין דעם בעקן. דערנאך האט דער ״אנגיסער״ ארײנגעגאסן דאס מעסטל װאסער אין די מעל. און דער קנעטע ר האט גע־ טאן זײן מלאכה; אויסגעקנאט ן די מײר ע און דערלאנגט עס צו די װעלגערינס. דאן האט זיך אנגעהויבן דאס קלאפערײ מיט קנאה־בליקן אוי ף די װעלגערינ ס און די רעדלעך און האבן זיך געװונטשן צו זײן אוי ף זײערע ערטער. עס איז בײ אונז הדר־ײנגלא ך געװען א זכי ה צ ו זײ ן כאטש אן אנשיטער אדער אן אנגיסער... די לעצטע יארן, פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה, האט דראהיטשין שוין אויך געהאט א מאדערנע שװאלניע, וואס האט פראדוצירט מצה מיט א מאשין. אבער דער גרעסטער טײל ײדן האבן געקויפט די האנט־מצות. נאך דער מלחמה זײנען די שװאלניעס כמעט געװען װי פארשזװנדן און אלע האבן גענוצט מאשינ^־ווע מצות. יעדן פרײטאג פלעגט די לופ ט אי ן שטעטל װערן אנגע־ חתונה פרן די סאראטשיק׳ם, ניסן, תרע״ז, 1917. די חופה װערט געפירט פון חײקל מילנערם הויז מיט כלי־זמרים צום שול־הויף

passage_3c1e70f277fe12481ceaea87
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1333-2602

פון די קאטשעלקעס פון די װעלגערינס. די ײדישע ווײבלאך און מײדלאך פלעגן מיט זײערע קאטשעלקעס ציען דאס טויג אויף אלע זײטן און בעת מעשה אונטערזינגען א פאלקס־לידל. ראן פלעגט אונטערקומען דער רעדלער און מיט זײן רעדל האט ער גיך, גיך, אפגערעדלט די מצות. צום סוף איז געקומען דער שיבער (אדער די שיבערקע) מיט א לאנגען שטעקן, אויף װעלכן ער האט אויפגענומען די מצות און זײ אויסגע־ שפרײט אין גליענדיקן אויװן. א װײלע שפעטע ר האט דער שיבער מיט זײן לאפאט ע געשארט די ברוינע מצות אין קויש . די שװאלניעס האבן געהאט אין זיך א ראמאנטישקײט, א צוציאונגס־קראפט פא י אלע קינדער, װעלכע האבן געקוקט פילט מיט די געשמאקע ריחות פון די פריש־געבאקענע ברויטן, חלות, פירעשקעס, געבראטנ׳ס, טײגעכצער און פיש, וואס האט זיך געבאקט און געקאכט אין די ײדישע הײזער לכבוד שבת. האבן טאקע די ײדישע שבתי ם — ספעציעל אין די װינטערדיקע פרײטאג־צונאכטן, װען פון די אײנגע־ הײצטע הרובע ס האט געשלאגן א ליבלעכע װארעמקײט, און אויף די טישן האט גערוט די שבת׳דיקע שכינה — געהאט א טעם גן־עדן.. . אזוי האבן זיך ײדן געפירט און געלעבט ביז דער ערשטער װעלט־מלחמה ( 1914 ) . און אזוי, מסתמא, דארף מען אננעמען, איז געװען דער סדר פון לעבן מיט הונדערטער יארן פריער .

passage_38a1b405838c3e83f6f7952a