Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 388
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1235

384 ראיה טישין פארװאס הענגען ניט די דאזיקע העםלעכע, דייטשע רוצחים — זאגן די גוים׳ אז זיי קימערט עס נישט. נאטירלעך, די קרבנות זיינען דאך ייִדן... און אפשר זיינען זיי גערעכט. פארװאס זאלן די גוים מאנען אונזער עוולה, אז אונז ייִדן קימערט עס אויך נישט... איך רעד װעגן די דערמאנטע ייִדישע קהלות, אבער מיינען מיין איך אלע ייִדן פון אלע אויסגעמארדעטע קהלות. אין אונזער פאל, האבן מיר דא א גבית־עדות, א דאקומענט פון די רוצחים אליין, װאס זיי האבן אפגעטאן צו די ייִדן אין דעם דערמאנטן געגנט. מיר ווייסן זייערע נעמען און װען זיי זיינען! דאס זיינען די רוצחים פון 11־טן און 15־טן דייטשישע פאליציי־רעגימענטן! אלע, פון עלטסטן אפיציר ביזן קלענסטן סאלדאט, זיינען זיי שולדיק אין מארד פון אונדזערע ייִדן...! מיר װענדן זיך דא צו די לאנדסמאנשאפט און לאנדס־ לייט פון פינסק, מאטעלע, יאנאװע, דראהיטשין, חאמסק, אנטאפאליע, האראדעץ קאברין, זשאבינקע, בריסק, װאם לעבן בכל תפוצות הארץ! און נישט נאר די דא אויסגערעכנטע, — צו אלע גואלי־הדם, — [פון אלע דער׳הרג׳עטע ייִדישע משפחות; און באזונדערס צו די, װעלכע שפירן נאך אן זייער אייגענעם דופק... און פילן נאך אן זייער אחריות פאר די אומגעקומענע...] — רעדן מיר:

passage_5e62e1dcb25a2fa52d21263d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1237-1887

גואלי־הדם, איר האט אויסגעפירט אייער הייליקע שליחות! אויב איר װילט װערט זײן, אנגערופן צו װערן די יורשים פון די קדושים, טא זײט מקיים די צװאה פון אייערע פאומיליעם, װעלכע האבן פאר זייער טויט צו אייך גערופן־איר זאלט נקמה נעמען פאר זייער בלוט! . . . די גואל־יי־הדם אלײן דארפן ברײנגעװען צום משפּט די רוצחים פון זײערע משפתות! די מערדער דארפן ז־זײנגען! דאס איז דער סוף פון אונדזער דראהיטשין. ס׳איז אויך ד? 5 ר סןן ן פון ספר־הזכרון, פון יזכור נאך אונדזערע פארפײניקטע טאטע ס און נזאמעס, ברידער און שװעסטער, פ װ װעמען עס זענען פארבליבן בלויז א שאו און בײנער, װאס זענען

passage_4f1e6ad1bcaaf6945a0f9209
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1889-3160

צעזײט און צעשפרײט און צו קבר־ישראל נישט געקומען... האבן מיר זיך געלאזט אויפצוזוכן די בײנער פון אונדזערע מארטירער. און נאך יארן פון אונגעהויער שווערער ארבעט איז אונדז געלונגען, ב״ה, אפצוגעפינען די דאזיקע געדעכעניש פון די קדושים. מיר האבן צונויפגעלײגט בײן צו בײן, באהעפט גליד צו גליד״. זאנגעטאן זיי א לבוש פון פײערדיקע אותױת... און מיר האבן דראהיטשין מיט אירע ײדן צוריק אויפגעלעבט אין שריפט און אין בילד... מיר זען א שטאט מיט גאסן און הײזער... מיר זענען מענטשן, עלטערן און קינדער... עס דאכט זיך אז זיי רײדן צו אונדז... אבער, מיר הערן נישט קײן שטימע, קײן קלאנג... זיי זײנען פארשטילט געווארן אויף אײביק... דאס איז אלעס װאס עס איז אונדז פארבליבן: אן אײביקע מצבה נאך א טויטער שט^ןט... דער דײטש, ימ ח שמו, האט פון איר אויסגעצאפט דאס גאנצע בלוט, ביזן לעצטן טראפן... איך בין אבער, זיכער, אז גאט׳ס שטראף וועט קומען אויף דער ארץ־הדמים, דײטשלאנד ו װאלטן מיר באגערט און געבעטן, װאלט גאט׳ם נקמה געקומען שוין, באלד — אחישנה... אנדערש, װעט גאט׳ס שטראף אויף דײטשלאנד קזמען אין צײט — בעתה... אבער, קומען, וועט זי זיכער קומען. ס׳וועט זײן א ביטערע און מורא׳דיקע שטראף... אדר־א׳, תשי״ז, פעב., 1957. — דוב װארשאווסקי

passage_37cd16b92f4d441b29c356c2