388 דראהיטשיז הרב ױסף סאגאן דהרב ר׳ ױסף קאגאנטוזן, — זון פון הרב ר׳ אהרן און גיטל און אײניקל (פון זײן מוטערס צד) פון חפץ־חײם ״הרב הגאון וצדיק, ר׳ ישראל מאיר הכהן, קאגאן, זצ״ל, — איז געבוירן אין ראדין. געלערנט אין די ישיבות פון ראדין (בײם זײדן), סלאבאדקע, קרעמע־ טשוג־סלאבאדקע, לוקעשקע־װילנע (בײ ר׳ ברוך בער׳ן) א.א. האט אויך שטודירט פילאזאפיע אין באזע־ לע אונױוערזיטעט. ■^^||||||| ^ || 1 | |^ | ||^ || ^ זינט 1937 איז הרב קאגאן מר א דאתרא פון דראהיטשינער קהלת־ יעקב שול, פריער אויף הובר ר׳ ױסף קאגאן דאגלאס־העמלין און הײנט /,קהילת־יעקב בית־שמואל״ אויף דעװאן און לאנדײל. הרב קאגאן איז באװאוסט מיט זײן טיפער לומדות און מדות טובות. הרב ר׳ ױסף און רביצין רבקה (טאכטער פון הרב ר׳ שמואל און חיה־מינע שך, ז״ל), האבן א טאכטער — עטעל. נער צענטער, נאך נױ־יארק און שיקאגא, געפינט זיך אין ארץ־ישראל, װאו די מערהײט פון דער שארית־הפליטה פון דראהיטשינער יחורבֿן האט געפונען א מקום־מנוחה...
די ערשטע אימיגראנטן האבן זיך הויפטזעכלעך גרופירט ארום דער שוהל, וועלכע איז געװען דער קאנצענטראציע־ פונקט פון גאנצן געזעלשאפטלעכן לעבן. דאס לעבן אבער דא איז קײנמאל נישט געװען איינגעפונדעױעט, נישט גע־וארצלירט אויף איין ארט. ס׳איזשטענדיקאנגע־אנגעןאון ס׳גײט אן א מין ״ויחנו ויסעו״, א ״ויסעו ויחנו״... װי די ייִדן אין דער מדבר, אזוי װאנדערט מען דא פון איין פלאץ צום צװייטן, פון איין געגנט אין צװייטן, און װאו מען קומט שטעלט מען אויף א נײעם משכן פאר דעם ארון־חקודש... אין נױ־יארק זײנען די ערשטע דראהיטשינער אימיגראנטן געװען קאנצענטרירט אויף דער ״איסט־סײד״, ארום זייער שוהל ״אגודת־אחים אנשי־דראהיטשין״, אויף הענרי סטריט. הײנט װאוינען די מערהײט דראהיטשינער אין ברוקלין און א טייל אין מאנהעטן, בראנקם און דער סביבה פון נױ־יארק • אין שיקאגא האבן די ערשטע דראהיטשינער געמאכט זייער מקום־מנוחה אין דעם נאענט דרום־מערב — קלארק און האלסטעד. שפעטע ר — ארײנגעצויגן זיך אין דעם װײטן דרום־מערב שיקאגא — אינדעפענדענס־דאגלאם. הײנט זײנען די דראהיטשינער צעשפרייט איבערן גאנצן שטאט, אנהויבנדיק פון דעם גאר װײטן צפון, מערב, און נאך װייטער דרום־ שיקאגע.
כל־זמן די אלטע דראהיטשינער האבן זיך גרופירט און געלעבט צוזאמען, אין ניו־יארק אזוי אין שיקאגא, און באזונדערס, כל־זמן די ײדישע שפראך האט געקלונגען פריש אין שטוב, אין שוהל און אין גאס, האט עקזיסטירט א גיים־ טיקער קשר, א המשך צווישן דער אלטער הײם און דער אמע־ ר-־קאנער דראהיטשין, װאו עס האט געהערשט א װארעמע אטמאספער פון הײמישער געמיטלעכקײט און ײדישקײט, אבער מיטן מאמענט, װען דער אלטער דור האט אנגעהויבן צו פארשװינדן פון דער ארענע און עס איז אויפגעקומען א גײע גענעראציע, װעלכע האט אנגעהויבן זיך פארלירן אין שטח פון װײטקײט און פרעמדקײט; און בעיקר, מיטן ארוים־ שטויסן די ײדישע שפראך פון שטוב און פון שוהל, — האט זיך איבערגעריכט דער גײסטיקער קשר צווישן דער אלטער און נייער הײם, במילא, איז דער המשך פון קױם באדראט.. . עס טרעפן פאלן, װאס קינדער פון דראהיטשינער עלטערן, געבוירענע אין אמעריקע, לערנען צוזאמען א־ן אײן ש.'לע, ארבעטן צוזאמען אין אײן ארט, און װײסן גארנישט אז זײ האבן עפעס א שײבות אײנע מיט די אנדערע.. . און מיטן חורבן פון דער אלטער דראהיטשין גײט אויך אונטער די נײע אמעריקאנער דראהיטשין, מחמת דער קװאל, פון װאנען די ױנגע אמעריקאנער שפראצונגען האבן געשעפט זייער יניקה איז אויסגעטריקנט.. . [דוב װארשאװסקי ] שיסאגע ר דראהיםשינער סהילע
ר׳ צבי יצחק האפמאן, ע״ה, האט בײזײן לעבן אונד ז צו געשיקט װעגן שיקאגער דראהיטשין די פאלגנדע פרטים: א־ן 1886, פ׳ נשא, בין איך צוזאמען מיט 22 דראהיטשינער אנגעקומען קײן ניו״יארק. מיט א װאך שפעטער זײנען מ׳־רא גרופע פון רמאן אפגעפארן קײן שיקאגא. נאטירלעך, מיר זײנען דא געװען עלענד און פארצװײלט. אין שיקאגא האבן מיר געטראפן געצײלטע יחידים פון דראהיטשין, אפשר א8־7 מאן, װעלכע האבן נישט געפירט קײן געזעלשאפטלעכן לעבן. ״פילנדיק זיך אײנזאם אין א פרעמדער גרויסער שטאט (אונזערע פאמיליעס זײנען נאך געװען אין דראהיטשין) האבן מיר זיך אלע דראהיטשיגער געהאלטן צוזאמען. דאס ערשטע זאך האבן מיר געגרינדעט א ״גמילת־חסד״ (פרעז. י. לאמאנ־ סקי). נאכדעם האבן מיר באשלאסן צו טרעפן זיך יעדן שבת אין בית־מדרש החדש. נאטירלעך, איז דאם צוזאמענטרעפן זיך אין שוהל יעדן שבת געװען פאר אונז א גרויסע פאםירונג