8 מעריק ע 391 נױ־יארקער דראהיטשינער הײל ה די ערשטע ייִדישע עמיגראנטן פון דראהיטשין, װעלכע זײנען פארװאגלט נעװארן קײן נױ־יארק, האבן אין די ערשטע יארן געהאט אויסצושטײן גרויסע שװעריקײטן בײם אײנארדענען זיך אין זײער נייער הײמלאנד. אחוץ די זארג און צרות פון פרנסה האבן זײ שטארק געליטן גײסטיק, האבן שטארק גע־ בעגקט נאך א הײמישער סביבה: עס האט זײ געפעלט דער פלאץ, װוּ זײ זאלן קענען, נאך א װאך שווערער ארבעט, צוזאמענקומען זיך אין א שבת און יום־טוב, דאװענען בציבור און פארברײנגן צוזאמען, די פרײע צײט, אין א הײמישער סביבה. נאך אײניקע באראטונגען צװישן זיך איז בײ די דראהיטשינער אימיגראנטן געבוירן געװארן דער געדאנק צו ארגאניזירן א חבר־ה פון דראהיטשינער לאנדסלײט. און אזוי איז געשאפן געװארן די הײנטיקע באװאוסטע חברה ״אגודת אחים אנשי דראהיטשין״ אין גױ־יארק.
די גרינדונג פון דער חבר ה איז פארגעקומען אין הויז פון משה אהרן גאלדבערג ע״ה. צווישן די הויפט גריגדער זײגן געװען ־ יעקב פאלאק׳ משה אהרן גאלדבערג׳ גדליה גראםננאן׳ שמואל אליהו גראםמאן׳ יעקב שמואל ארעמלאנד׳ שמעון בערמאן׳ מײער לױוײ׳ יחיאל פעער׳ אײק ליװײ׳ הענעך מיללער׳ שאול קאך׳ משה אימראז ראזן א.א. דעם 17־טן פעברואר׳ 1900׳ איז ארויםגענומען געװארן א טשארטער פאר דער חברה אויף דעם נאמען פון חבר הענעך מיללער. אזוי ארום קומט אויס׳ אז פאקטיש איז די חברה ״אגודת אחים אנשי דראהיטשין״ געקומען צום לעבן דעם 17־טן פעברואר אין יאר 1900. נאך אין דעם זעלבן יאר האט די חברה׳ וועלבע האט דאן געצײלט עטליכע און צװאגציג חברים׳ אריבער־ געצויגן זיך אין איר אײגענעם לאקאל׳ אויף 158 עלדרידזש םטדיט׳ און געקויפט א שטיק קרקע פאר א בית־החײם אויף דעם הר־צױן בית־עולם. דער חינוך הגדר פון הײליקן ארט איז ערשט פארגעקומען אין יאר 1906. אין יאר 1908 האט די חברה׳ צוליב דער פארגרעסערטער צאל חברים׳ געװען געצװונגען צו איבערציען זיך אין א גרעסערער װױנונג׳ אויף 156 הענרי םטריט. אין יאר 1910 איז געפײערט געװארן דער 10־טער ױבילעאום פון דער חברה. בײ דער געלעגנהײט איז פארטײלט געװארן צו די חברים די ערשטע געשריבענע קאגםטיטוציע פון דער חברה. אין יאר 1915 איז געקויפט געװארן א צװײטע שטיק קרקע אויף דעם ״הר־צױן״ בית עולם.
אײגער פון די װיכטיקסטע פאנדן פון דער חברה ׳דער ״ביקור־חולים״, איז געשאפן געװארן אין יאר 1919. דער ״ביקור חולים״ איז שפעטע (1926) פארשטארקט געװארן מיט דער נתינה פון 900 דאלא ר פון חבר אברהם קופער׳ ע״ה. מיט דער צײט זײנען צוגעקומען נאך אײגיקע פאנדן׳ װי די ״גמילת־חסד־קאסע״׳ 1920׳ (די ערשטע טויזנט דאלא ר פארן גמילת־חסד האט געשײנקט פישל דוב ראזענבערג׳ ע״ה): דער ״אלד־אײדזש־פאנד״ (1922) און דער ״ענדאומענט פאנד״ לזכרון נצח — אונדזערע טײערע עלטערן הר״ר מרדכי ב״ר שלום שכנא הלוי מינלבאװיטש כ״ו מנחם־אב. תשט״ן׳ 1955 חנה־כײלע בת ר׳ משה מינקאװיטש כ״ב אײר׳ תרצ״ט, 1939 שרה׳ ישראל׳ יהודית׳ מיכאל און אסתר (זען זײטן 16׳ 135׳ 203 און 204. 11.) (1928) צו העלפן די אלמנות און יתומים פון די לאנדסלײט. אין יאר 1924 האט די חברה געפײערט איר 25טן יוביל־ לעאום מיט אן אימפאזאנטן באנקעט׳ אויף װעלכן עס איז געשאפן געװארן די סומע פון 35 הונדערט דאלא ר (די ערשטע טויזנט דאלא ר האט מנדב געװע ן יעקב פאלאק) מיט דער אהרן אשר סופער
אד־ורן אשר קופער׳ זון פון יצחק בנימין און הענדל קופער׳ געבוירן 1878 אין דראהיטשין׳ געלערנט אין חדר און אין תלמוד תורה. אין 1895 געהייראט מיט טויבע (טילע) בודער׳ טאכטער פון אפרים און חיה בודער פון דראהי־ טשין. 1898 אריבערגע־ קומען קיין שיקאגא. פאר א צייט לאנג געווען דער אײגנטימער און אנפירער פון דער ״א. קופער שיך קאמפאני״׳ א הורט־ געשעפט פון שיך. צו זעלבער צייט האט קופער זיך אפגעגעב, מיט כלל־טוערײ• געװע, פרעזידענט (1905־1908) פון דראהיטשינער שוהל אויף ראםין און טײלאר: מיטגריגדער׳ װיצע פר;^- אהרן אשר קופער זידענט (1926) און פרעזידענט (1929) פון קהלת יעקב שוהל אויף דאגלאם־העמלין: מיטגרינדער און לאנג יעריקער בארד־ דירעקטאר פון קהלת־יעקב תלמוד־תורה און דראהיטשינער בית־החײם אויף װאלדהײם. אחוץ צײט און ארבעט האט קופער געלאזט זיך אויך פיל קאםטן, די לעצטע יארן לעבט קופער צוזאמען מיט זײנע קיגדער. אהרן אשר׳ם פרוי׳ טויבע׳ איז געשטארבן בנטן נאװעמ־ בער׳ 1949׳ אין שיקאגא• די קופערס האבן געהאט זיבן קינדער: הענדל מײקעלם, פנחם׳ יצחק־בנימין׳ פרײדע פישמאן׳ פערל׳ יעקב׳ דוד. ד.וף.