Original scan
Original memorial-book scan 41
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1337

דאס שטעטל 37 מיט דעם דארפישן װײם־רוסישן פויער. די פאליאקן האבן אלײן געװוסט װי אזוי און װו אפצוזעצן זײערע אגריקולטור־ עלע פראדוקטן. זײ האבן ניט גערן געהאט דעם ײדישן פאר־ מיטלער, און ■האבן זיך באמיט ארויסצושטופן אים פון זײן פאזיציע. שפעטער־צו, װען דער פוילישער באיקאט קעגן די ײדן האט אנגענומען אן עפנטלעכע פארעם, האבן די פא־ ליאקן אלײן געעפנט אין שטאט, װי אויך אין די דערפער, אײגענע קאאפעראטױון, און געהעצט דעם פויער נישט צו פארן אין שטאט צו קויפן ביי דעם ײד... די פויערים זײנען סײ־װי־םײ שוין געװען פארארעמט צוליב די גרויסע ״פאדאט־ לעך, געהאט אין זינען צו צװינגען דער באפעלקערונג צו פארברויכן װאס מער קוילן, װעלכס האט נישט געהאט אזא גוטן אפזאץ אויף דעם אויסלענדישן מארק. אבער אין רע־ זולטאט האבן פיל ײדישע פאמיליעס געליטן קעלט, װײל מען האט נישט געקענט אנװארעמען די גרויסע אוױונם מיט עטלעכע פונטלאך קוילן, װעלכם האט אויסגעטראגן פיל מער װי דאם האלץ, װאס מען יפלעגט קויפן ביי די ײדישע האלץ־םוחרים, אדער ביי די פויערים אויפן מארק. אלעס צוזאמען, און נאך פארטאפל ט מיט דעם אלגעמײ־ נעם קריזים אין לאנד, האט געװירק ט פאטאל אויף דעם די אזויגערופענע נאסקעס געסל אין 1928, שפיגלט אפ דאס בילד פון װיאן. דא גייט מען נאך אויף קלאיטקעס און אין בלַאטֶע

passage_c3acdd2a272496c185a45ed0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1339-2470

קעם ״אױן זײער קויף־קראפט האט זיך געהאט שטארק פאר־ קלענערט. עס איז אויך געװארן א גרויסער מאנגל אין באהײצונג־ מאטעריאלן, מחמת די פוילישע מאכט האט פארבאטן צו האקן די װעלדער און דעם פארקויף פון ברען־האלץ. בלית־ ברירה״ האט מען געמוזט, צום ערשטן מאל אין דער דראהי־ טשינער געשיכטע, באהײצן די אוױונס און די הרובע ס מיט קוילן, װאם אײניקע דראהיטשינער םוחרים האבן געבראכט אין שטאט פון די פוילישע קוילן־גרובן. מיט דעם פאר־ װערן צו באנוצן ברען־האלץ האט די פוילישע מאכט, נאטיר־ עקאנאמישן מצב אין שטאט. טאמער האט א ײדישער הענד־ לער אײנגעשטעלט און ארויםגעלאזט זיך איבער די דערפער אײנצוהאנדלען א קעלבל, אדער עטליכע פוד תבואה אויף מסחר, פלעגן אים די שטײערן־עקזעקוטארן נאכשפיאנירן און קאנפיסקירן זײן ביסל סחורה. און װידער, צו צאלן א פאטענט און שטײערן האט אזא נישטיקער האנדל נישט געטראגן. עס האבן נאך עטװאס גערוכעװעט די אײער־עקםפארטערן און די חזיר־האר־הענדלער. אבער, א חוץ דעם האט געהערשט אן אפאטיע און א סטאנגנאציע אויף דעם גאנצן האנדלס־ געביט, װעלכער איז געװען װי פאראליזירט און אפגעשטארבן.

passage_927aec84fab0be3fa18f3e66