8 מעריקע 407 ■מעטױ האט געהאט בדעה צו באזעצן זיך אין ארץ ישראל׳ אבער דער טויט האט צונישט געמאכט זײנע פלענער. מעטיױ איז געשטארבן ט׳ ניסן׳ 1956. מ. האט איבערגעלאזט א פרוי׳ שײנע־ציפע (טאכטער פון ר׳ נחום שעװינסקי ע״ה׳ פון דראהיטשין) און דרײ קינדער: יעקב־אהרן׳ בײלע און אברהם־ױםף. מרדכי מירסקי ע״ה מרדכי מירסקי, זון פון ר׳ רפאל און מינע׳ איז געבוירן בערך 1857 אין בוטן און באקומען זײן דערצױנונג אין חדר און אין םלאנימער ישיבה. שפעטער געהײראט קײן דראהיטשין מיט רבקהן, טאכטער פון ר׳ װעלװעל און דבורה׳ און גענומען זיך צו מסחר. די מירסקיס האבן אנגעפירט מיט א באקאלײנעם געשעפט און אויך געהאנדלט מיט װאגאנעם מעל און דערפאר גערופן זיך די ״אגולניקעס״. רבקה האט אויך אויף אײגענער האנט אנגענומען פאדראדן. זי איז געװען די צושטעלערין פון פראװיאגט׳ שפײז׳ צו די ארבעטער׳ װאם האבן געבויט דעם שאםײ צװישן בריסק און קארטוז־בערעזע. די מירסקיס האבן אויך גענומען אן אנטײל אין שטאטישע אנגעלעגנהײטן. האבן באלאנגט צו די חובבי־צױן, ביקור־ חולים און אנדערע געזעלשאפטלעכע איגםטיטוציעם.
אין די מלחמה־יארן (1914־1918) האבן די מירסקיס גע־ לעבט אין פינסק, דאן אין קאברין, שפעטער צוריקגעקומען קיין דראהיטשין. אין אקטאבער 1921 אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע און פארנומען זיך א שטיקל צייט מיט מסחר. די מירסקיס האבן אויסגעלעבט זייערע יארן אין ניו־יארק. ר׳ מרדכי איז געשטארבן י״ב תמוז, תש״ג, 1934, אין עלטער פון 86 יאר. רבקה איז געשטארבן ב׳ אב, תש״ב, 1942, אין עלטער מרדכי און רבקה מירסקי ע״ה פון דעם שרייבער אבא, ראובן, שרה, פון 80 יאר. רבקה איז געווען א מומע יואל סלאנים. די מירסקיס האבן געהאט 6 קינדער: אליעזר, װעלװעל און לאה לובין. | לזכרון מיינע טייערע עלטערן און ברודער | דריכנע־דבורה גאלדמאן שלמה ט״ו אדר, תרפ״ח כ׳ כסלו, 1940 שרה ז׳ אדר, 1940 דוד גאלדמאן פייגל קופער יעקב כ״א שבט, 1936 י״א אדר, 1942 עלמער ל. שעװינסקי זון פון זלמן און פרוי שעװינסקי מאיאר האראלד שעװין זון פון פעליקס און פרוי שעװינסקי ברידער האלצמאן. פון רעכטס: קאפראל ה״מאן, לאיד ל. (אינזשינער) און לויטענאנט דזשעק, זין פון לענא האלצמאן