Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 416
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-914

412 דראהיטשין אליה טילנער ע״ה אליה מילינער, זון פון ר׳ צדוק און שפרה, איז געבארן 1876 אין דראהיטשין, געלערנט אין חדר און אין תלמוד־תורה. נאך זײן חתונה װי טײזלעװ, טיכטער פון ר׳ שמואל און ליבע פון פרוזשאני, געעפנט א בעקערײ, קאנדיציע, אין שטעטל. בא־ זונדערם האט זיך אויסגעטויגט צום מסחר זײן פרוי עטל. מיל־ נער׳ם געבעקס זײנען געװע ן א שם־דבר אין שטעטל און אומ־ געגנט. אליה איז געװע ן דער ערשטער, װאם האט אראפגע־ בראכט אין שטעטל א מאשין צו באקן מצה. און פון דאן אן האט דער עולם אין דראהיטשין אנגעהויבן נוצן די ״מאשינאװע מצות״. איז אויך געװע ן דער ערשטער, װאם האט אנגעהויבן פראדוצירן ליאדע ם (אײז־קרים) צום פארקויפן אין שטעטל. מיטן אויסברוך פון דער ערשטער װעלטמלחמה, אין 1914, איז אליה אלם א ״זאפאםנאיער״, געװארן מאביליזירט אין דער רוםישער ארמײ און גלײך אװעק אויפן פראנט...

passage_cca4d4bf8502b7cfdf3addba
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 916-2203

אײנמאל׳ אין א פינצטערער נאכט׳ איז אליה געשיקט גע־ װארן אלס ״ראזװעטשיק״, אויסצושפיאנירן דעם שהנא^ם (דײטש) פאזיציעס. איז אים אײנגעפאלן א געדאנק׳ ער האט מיט זײן ביקס ארײנגעשאסן זיך א קױל אין פום און אלס רעװלטאט איז ער אפגעשיקט געװארן אין שפיטאל קײן קאזאן. עס האט ניט גענומען לאנג און אליה׳ם װונד האט זיך אויס־ געהײלט... ער האט געדארפט גײן צוריק אויפן פראנט׳ איז ער געזעסן אין שו׳ה ל אין קאזאן און געזאגט תהלים. איז צו אים צוגעקומען א רײך־געקלײדטער ײד׳ געגעבן אים שלום און אנגעהויבן זיך אויספרעגן פון װאנען א ײדישער םאלדאט שטאמט׳ און ם׳האט זיך אויפגעדעקט א שטוינענדע געשיכטע. װען אליה האט אלס נאװאבראנעץ געדינט אין דער רוסי־ שער ארמײ אין אסטראכאן, האט ער אין זײן פרײער צײט גע־ ארבעט בײ שנײדערײ אין א יידישן שנײדער־װארשטאט, װאו עס האט אויך געארבעט א יונגערמאן מיטן נאמען מאטל נחמקין׳ מיט װעמען ער האט זיך גוט אויפגעלעבט. אײנמאל האט מאטל באקומען א טעלעגראמע׳ אז זײן פרוי איז קראנק און מען דארף געלט. מאטל האט קײן געלט נישט געהאט׳ ׳האט אליה אים אנטליען 25 רובל און מאטל יהאט דאם געלט אװעק־ געשיקט צו זײן פרוי. די יארן זײנען געלאפן און אליה האט שוין געהאט פארגעםן די גאנצע געשיכטע. איצט׳ נאך 20 יאר׳

passage_b06f40e7648a0d24374b4bd6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2205-3570

איז אליה געשטאנען אויף אױג אױף אױג מיט זײן אמאליקן ארעמען חבר, מאטל נח׳מקין׳ װעלכער איז פאר דער צײט געװארן א גרויסער פאדראדטשי קאון צושטעלער פון מיליטערישע כגדים צו דער ארמײ, װאו ער האט געהאט גרויס אײנפלוס. דער רײכער מאטל נחמקין האט גוט געדײנק טדי טובה װאס אליה׳ה׳האט אים אמאל געטאן און אים שוין נישט אפגעלאזט. מאטל האט ארײנגענומען אליהי׳ן צו זיך אין ׳הויז און אין קורצן אויסגעװירק טאליד׳׳ס באפרײאונג פון דער ארמײ... און אליה איז א ׳גליקלעכער באלד צוריקיגעפארן אהײם צו זײן פאמיליע... (פרטים פון ג. קאפלאן — אין ״אמעריקאנער״.) אין 1920 איז אליה געקומען מיט זײן טאכטער פײגל קײן נױ־יארק. אין 1927 איז אויך אריבערגעקומען עטל מיט די אנדערע קינדער. אליה אי׳ז געשטארבן י״ט שבט 1938. עטל לעבט אין נױ־יארק מיט אירע קינדער: פײגל׳ שפרה׳ ױדל׳ טודרום׳ שרה און דבורה. א זון ישראל איז אין קובא. װ. אםתר־חיה פישמאן שלמה כ״ה אדר כ״ט ניסן ליבע קלײן דוד װאלין די בראנער לזכרון וצח חנא גרײבער ע״ה חוא (כאויע) גרײבער, זון פון מרדכי און רװע גרײבער, איז געבארן אין רראהיטשין. אין 1911 געקומען קײן שיקאגע • געװען מוקב בײ ״כשר־םטאר״ (װורשט־פראדוצירער). גרױ־ חוא און חיה־שרה גרײבער ע״ה דער און ערשטער בײשטײערער פון גמילת־חסד בײם דרא־ היטשױער פראגרעסױו קלוב. — געשטארבן י״ח אדר, 1938.

passage_8c62c6de0bb9a0b43e4f37b7
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3572-3883

חיה־שרה, טאכטער פון װעלװל און יעקב יארעוקעס פון דראהיטשין, פרוי פון כאויע, געשטיצט בוי־תורה ׳ מאטעלער שוהיל ׳ מושב־זקוים א.א. — געשטארבן ה׳ טבת, 1950. די גרײבערס האבן געהאט 6 קױדער: הןןבע־רײזל, אברהם־יעקב, שמואל, מאיר, דוד און גאלדע. דער אײדעם הײסט ישראל־זלמן אמיילױםקי.

passage_e95dedab66b8f06bdcc389b1