Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 48
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1284

44 דראהיטשין גישט גריכלן אין דעם ענין און זוכן זכותים, דער פאקט איז דער: דראהיטשין האט קײן צופיל רבנים, לויט איר פרא־ פארצ״ע, נישט ארויסגעגעבן. דערפאר, אבער, האט זי געהאט שײנע בעלי־בתים. אין אלגעמײן האבן זיך דראהיטשינער ײדן גערעכנט פאר מער פארגעשריטענערע װי די ײז־ן פון די ארומיקע שטעטלאד. עס זײנען אויך געװען אזעלכע עלטערן, פארשטענדלעך פון די גאר רײכע, װאס האבן געשיקט זייערע קינדער צו'לער־ נען אין די גימנאזיעס און אין די אונױוערזיטעטן. אבער זײער צאל איז געװען גאר קלײן. עס איז אויך געמאכט געװארן א פרװו מצד א גרופע ײדיש־רוסישע אינטעליגענטן צועפענען א רוסישע ״אוטשי־ שולע ״מוריה״. לערער פון רעכטס: משה בעזדזשעסקי, ר׳ אשר לישטשע״ פאר ײדישע קינדער, אבער לאנג האט די שולע נישט אנגעהאלטן און זי האט זיך צוגעמאכט. הארט פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז א גרופע משכילים געלונגען צו עפענען א מאדערנע, העברײאישע שולע א.נ. ״יבנה״. נאטירלעך, אז די רוסישע שפראך האט פאר־ נומען דארט דעם אויבן־אן. די ״יבנה״־שולע האט געשײנט צו האבן דערפאלג. זי האט שוין געהאט ארײנגענומען פיל קינדער פון שטאט און פון די ארומיקע שטעטלאך. האט זיך אבער אנגעכאפטן די מלהמה און זי האט זיך געמוזט שליסן. רבײם, מלמדים און לערער

passage_ddeafc319a4cc9b943e64b1e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1286-2250

פון דידראהיטשינער רבײם און מלמדים, װעלכע האבן ביז 1914 אין זײערע חדרים דערצויגן דורות מיט ײדן, זײנען אונד ז באװוסט: תײם קראנשטאט, שמעון אפעלבוים, דער קאמעניצער, שמואל ארטשעס און זײן זון הערשל בוים. דאן די גמרא־מלמדים: ר׳ אליה מאכליס זילבערגלײט, מענדל משה איסר׳ס קאמיניעצקי, אברהם שבתי קאפולער, ױסף שחט (יאסעל טשערנעס), אליעזר אדלער, ר׳ משה װעלװעל שקאלניק, ז״ל, און אנדערע. די לערער, װעלכע האבן אנגעפירט מיט חדרים־מתוקנים און קלאסן זײנען געװען: נפתלי שטײנבערג, יהודה לײב נײדיטש (דער אבלער), גדליה סאקער, יעקב סידאראװ, סענ־ דער שאפירא (אדרעזשינער), בצלאל װאלפסאן, צבי שװארץ, פײגעל שטײנבערג, ע״ה. און יבד״ל: ישראל ברוך אײזענ־ שטײן, ישראל ברוך װארשאװסקי, טאדרעס לײב מילנער, װײצל, דמז, גאלדשטײן, װאלפסאן, קאלניק, פעלדמאן א.א. 1931 ױסף װאסערמאן, אהרן קראװיצקי (דער לעכעװיטשער), חנה שטײנבערג און אנדערע. דער חינוך נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה

passage_48d7ee78e2212738ca8adf58
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2252-2777

נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה איז, מיט דער הילף פון די דראהיטשינער לאנדסלײט אין אמעריקע, אויפגעבויט גע־ װארן אין דראהיטשין א בנין פאר א העברײאישער פאלקס־ שולע א.נ. ״מוריה״, װעלכע האט ארײנגענומען כמעט אלע ײדישע קינדער פון שטאט. די לימודים־פראגראם איז געװען די זעלבע װי אין די רעגירונגס־שולן, מיט א צוגאב פון ײדישע און העברעאישע געגנשטאנדן, װי אויך א ביסל גמרא. די מער רעליגיעזע בעלי־בתים פון שטאט זײנען אבער נישט געװען אינגאנצן צופרידן מיט דער גײסטיקער אײנ־

passage_3783d76346ded55bd91bef65