Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 53
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1328

דאס שטעטל 49 נישט געווען. עס זענען געווען אייניקע ״אגודה״־סימפאטיקער, מערסטנס פון צווישן דעם חסידישן עלעמענט, אבער, זיי האבן נישט ארויסגעוויזן קיין שום אקטױויטעט. דאס גלייכן, איז אין דראהיטשין קיינמאל נישט געווען קיין ארגא־ ניזירטע פועלי־מזרחי־פארטײ. די עטליכע יונגעלײט, סימ־ פאטיקער פון הפועל־המזרחי, האבן מיטגעארבעט מיט דעם מזרחי און אויך געשטיצט די רעװיזיאניסטן און דעם בית״ר. סאציאליסטישע פארטײען עס איז אויך געווען אין שטאט אן ארגאניזירטער ״בונד״. אבער, ער איז כמעט װי פארלארן געגאנגען אין טומל פון די צױניסטישע פארטײען. דער דראהיטשינער ״בונד״ איז נישט געװען אזוי אגרעסיװ װי אין די אנדערע שטעט. ערשטנס, װײל אין דראהיטשין זענען נישט געװען קיין פאבריק־ארבע־ טער און עס זענען נישט געווען קיין לוין־םכםוכיס און נישט קיין סטרײקן, במילא, זענען נישט געווען קיין פראפעסיאנעלע פארײנען, פון וועלכע דער ״בונד״ האט געשאפט זײנע כחות. צװײטנס, זענען די בונדישע פירער אין דראהיטשין, אין זײער מערהײט, אלײן געװען כאלופניקעם, אײגנטימער פון האנד־ װערקער־װארשטאטן. און צו דעם אויך שוהל־דאװנערם... און אמאל אויך ״צוגעזינדיקט״ מיט צױניזם... פארשטײט זיך, אז דראד,יטשין איז נישט געווען מסוגל פאר בונדישער פא־ ליטישער ארבעט. האט זיך דער ״בונד״ געמוזט באגרענעצן בלויז צו קולטור־ארבעט.

passage_6a33ad185567a19e419b8bf2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1330-2409

דראהיטשין האט אוי ך געהאט א צאל קאמוניסטן. װי שײך, װי שיקט זיך דאס, אז אין פוילן זאלן נישט זײן קײן קאמו־ ניסטן און דראהיטשין איז נישט געװען קײן אויסנאם פון אלע שטעט און שטעטלאך. נאר, אזוי װי די קאמוניסטישע פארטײ איז אין פוילן געװען אומלעגאל, האט מען נישט גע־ קענט װיסן די צאל און דעם כח פון די קאמוניסטן אין דראהיטשין. זיכער איז, אז די קאמוניסטן האבן אנגעפירט אן אונטערערדישע ארבעט. איך געדענק, אײנמאל אין א שבת, האט די פוילישע פאליצײ באפאלן די הויז פון דעם מעז־ ריטשער שוםטער און געזוכט דארט קאמוניסטישע ליטע־ ראטור. די פאליציאנטן האבן אפילו די אביטשעם פון די װענט ארונטערגעריסן, אבער זײ האבן גארנישט גע־ פוןען. שפעטע ר האט מען זיך דערוװסט, אז דער זו ן פון דעם מעזריטשער שוםטער האט זיך אריבערגעשמוגלט קײן רוסלאנד... בכלל האט די פוילישע מאכט אנגעװענדעט צו שטארקע רעפרעסיעס קעגן די קאמוניסטן. עס איז באוװסט דער פאל מיט עטליכע דערפער אין פאלעסיער געגנט, װאס האבן זיך געבונ־ טעװעט קעגן די צו גרויסע ״פאדאטקעס״ א.א.װ.

passage_2d871701bf4c707dcfedb037
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2411-3249

און די פאליציי האט חושד געװען, אז אין דעם שטעקט א האנט פון די קאמוניסטן! האט די פאליציי באפאלן די דערפער, אויסגעשאט ן די תבואה פון די באדניעס אויפן גאמאעס צעמישט מיט זאמד און שטרוי. אזוי האט די פוילישע מאכט אנגעלערנט אלע פויערים פון די דערפער פאר דעם חטא פון אײניקע קאמוניסטן... נאטירלעך, די פרעםע האט װעגן דעם נישט גע־ טארט שרײבן, אבער צװישן זיך האט מען פיל גערעדט װעגן די בונטן פון די פויערים קעגן די פאליאקן. ביכליאטעק און קינא אין שטאט האט אויך עקזיסטירט א גוט־אײנגעארדנטע ביבליאטעק, װעלכע האט פארמאגט פיל ד,ונדערטער ביכער ערשטע שורה: מ. קאלענקאװיטש, י. מישאװסק / ל. לעװאק ב. מילנער, ק. אויבערמאן, ש. סלאנימםקי, ש. מילנער, מ. קאלענקאװיטש, ש. בײך דער ״ברית־טרומפעלדאר״, ״בית״ר״, ױגנט־גרופע פון די רעװיזיאניסטן

passage_84acfd73cdb64349a201f82b