60 דראהיטשין פון אלעדישע קלאסיקער. עס געדענקט זיך, װי לאנג איז דאס געװען, װען די אנפירער פון דער ביבליאטעק האבן, פון די ערשטע, אינסטאלירט א ראדיא און א הילכער אין ביבליאטעק און אלע זײנען געלאפן אויף בײז־װונדער אנ־ צוקוקן די כישוף־קעסטעלע, פון װעלכער עס רעדט ארויס פארװאלטונג פון באנק. דיצן פון רענטס: דוד װארשאװסקי, דער שוחט משה בערעזאװסקי, דנרי שמיד, משה דוד װאסערמאן, אלטער גאלדבערג. שט״ען ב״ן, דוד שושאנאװ, א. קראװעץ, פײגעל עפשט״ן, מ. אװערבון, ש. ז. גאלדמאן, אמין דיבוק, ר״ל... די פארװאלטונג פון דער ביבליאטעק, האט מיט דער ״כישוף־קעסטעלע״ געמאכט א געשעפט. א ״הער״ האט געקאסט 10 גראשן. האט מען אנגעטאן די רערלעך אויף די אויערן און מען האט זיך איינגעהערט, עטלעכע מינוט בלויז, װי דער ״דיבוק״ רעדט און זינגט אין דער כישוף־קעסטעלע... עס דארף אויך דערמאגט װערן די אמאטארן־טרופע, װעלכע האט, פון צייט צו צייט, געגעבן פארשטעלונגען לטובת װוילטעטיקע־צװעקן. דראהיטשין איז געװען כמעט די איינציקסטע פון די שטעטלאך, װאס האט געהאט א קינא, א סינעמא, װו ס׳איז גע־ װיזן געװארן עטליכע מאל א װאך גאנץ נישקשה׳דיקע ביל־ דער, און װעלכע האבן געצויגן אן עולם פון גאנצן געגנט. פאלקס־באנק און גמילות־חסדים־קאסע
פון די געזעלשאפט־װירסשאפטלעכע אינסטיטוציעס, װעלכע האבן געלײסטעט ממשות׳דיגע הילף פאר אלע ײדן פון שטאט און אומגעגנט, זײנען געװען די ״גמילות־תםדים־ קאסע״ און די ״קאאפעראטיװע קאסע״. די לעצטע איז געװען באװוסט אלס די ״פאלקס־באנק״. אין דער גמילות־חםדים־קאסע האט יעדער אײנער געקענט באקומען א גמילת־חסד (אן פראצענט, פארשטײט זיך) ביז 20 דאלאר אויסצוצאלן אין ראטע ם אין משך פון פיל חדשים, דאס גלײכן, האט די פאלקס־באנק געגעבן קורץ־און לאנג־ טערמיניקע הלואות פון עטליכע הונדערט זלאטעס פאר א קלײנעם פראצענט. די פאלקס־באנק, װי אויך די גמילות־חםדים־קאסע, זײנען געװען פון די גרעסטע שטיצעם און הילף םײ פאר דעם קרע־ מער און הענדלער, װעלכער האט זיך געגוי־ טיקט אין געלט אויף צו קויפן םחורה אדער צו דעקן א פעליקן װעקסל, און םײ פאר דעם געאײנגטן בעל־הבית און בעל־מלאכה, װאם האט געדארפט האבן עטליכע הונדערט זלא־ טעס אויף דורכצושטופּן דעם שװערן װינטער, װען עס איז נישט געװען קײן גענוג חױנה, ביז דער זומער איז געקומען האט מען דאן צוריק־ געצאלט די הלואות. די פאלקס־באנק און די גמילות־חםדים־ קאסע פארדינען די גרעסטע אנערקענונג אלס די אײנציקע געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציעס, װעלכע האבן נישט אײנמאל אפגעראטעװעט א ײדישע פאמיליע פון באנקראט און הונגער, בפרט נאך די לעצטע יארן, װען די געדריקט־
קײט און די ארעמקײט פון די ײדן אין דרא־ היטשין איז געװען אין לעזער... פון די נויטיקסטע הילפס־געזעלשאפן אין שטאט זײנען געװען, װי שוין דערמאנט, דער פרעגער, ״ו״״1• פון רעכטס: ״ביקור־חולים״ און ״לינת־הצדק״, װאם האבן א. סזזראטשי ק געטאן גוטע ארבעט, טראגנדי ק הילף צו קראנקע און נויטלײדנדע, אין דער פארם פון אומזימטע דאקטוירים, רפואות און לינות אין די נעכט. א גרױסער אויפטו איז געװען די לעצטע יארן—״צענטאס״. דער ״החלוץ׳, ױגנט־גרופע, בערך, אין 1923 א געזעלשאפט פאר יתומים־פארזארגונג. װעג ן ״צענטאם״ װערט פיל געשריב ן אין דער אפטײלונג פון אינסטיטוציעס.