Original scan
Original memorial-book scan 58
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1425

64 דראאהיטשין צעקלונגען: ״ראטעװעט אונדז... מיר זײנען אין סכנה... א ליאדע מינוט װעלן די באנדיטן אונדז באפאלן... שיקט אונדז הילף...!״ — אזוי ד׳אבען ײדן אלארמירט פון שטעט און שטעטלעך פון גאנץ פוילן. אויסצוגן פון מײן טאג־בוך לשם אילוסטראציע, װעגן יענע גורל׳דיקע טעג, ציטיר איך דא עטליכע אויסצוגן פון מײן טאג־בו]־. כ״ו תמוז, תרצ״ז — 5 ױלי, 1937, װארשע. ״...קײנער גלויבט שוין נישט מער אין א בעסערן מארגן. אלע (ײדן) זײנען דערמוטיקט און פאר׳יאוש׳ט. די בריסקער דער לעצטער װעג... דער ארון אויף דעם נײעם בית־עלמין ײדן האט מען די שטײערן נישט געשענקט, פארקערט, זײ דארפן נאך צוצאלן פאר די הזיקות וואס זײ האבן געליטן אין פאגראם. אין דארף קאגילין איז א שמחד״ דער גלח זאגט, עס איז א היסטארישער ױם־טוב, וואס מען האט ארויסגע־ טריבן די לעצטע 2 ײדן. אין שטאװניץ טרײבט מען ארויס די ײדן פון פארק. דער ״גאניעץ װארשאװסקי״ שרײבט: ׳די ײדן איז נאך אין פוילן צוגוט׳. די ״אבעצע״ שרײבט: ׳אין זומפ פון תלמוד, די ײדן זײנען שונאים פון פוילן; שונאים פון יעדן עטי ק און פארשריט׳. אין קאברין באגלײט מען צו זײער אײביקער ר וזעק ס קרבנות, געטויטעט צוליב װאס ז!״ 13 ױלי, 1937, װארשע. ״מען האט שוין אײנגעפירט פאר די ײדן א געטא. דער ׳גאניעץ װארשאװסקי׳, די ׳אבעצע׳ טריאומפירן: די קאטא־ װיצער באן־דירעקציע האט אײנגעפירט באזונדערע װאגאנען פאר די ײדן,..״

passage_dc77c2fc02d5e088080ef8fe
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1427-2815

17 ױלי, 1937, װארשע. ״מיר זײנען אפגעשלאסן פון דער װעלט. מיר װײסן אפילו נישט װאס עס קומט פאר אין די שכנות׳דיקע שטעטלאך. די פאליאקן לאזן נישט שרײבן אין די צײטונגען װעגן די פא־ גראמען, הײנט האב איך געלעזן אין די אמעריקאנער ײדישע צײטונגען, אז די פאליאקן האבן שוין דער׳הרג׳עט 22 ײדן און 4 הונדערט פארוװנדעט, און פיל ײדישע פארמעגן פאר־ ניכטעט. ״ 21 ױלי, 1937, װארשע. ״די כוליגאנישע אנפאלן הערן נישט אויף, אין גדיגיע װערט געפירט א שטארקע באיקאט־אקציע קעגן די ײדן. די פאליאקן טוען די ארבעט פון די דײטשן.., ״ 24 ױלי, 1937, װארשע. ״צעגעראװסקי שרײבט: אין מילאטין, גאליציע, לײדן די ײדן שרעקלעכע צרות. געװען דארטן 50 משפחות הײנט זײנען דארט פארבליבן 2. מען האט פארברענט דאס ײדישע האב־ און־גוטס, געבליבן בלויז 3 חײזער, 3 אונטערצינדונגען אין משך פון דרײ חדשי־ם... ״ ״טרערן האבן זיך מיר געשטעלט אין די אויגן. געװאלד געשריגן, װו נעמט זיך עס צו מענטשן אזוי פיל חיה׳שקײטן! לאמיר אנטלויפן פון דאנען! לאמיר זיך ראטעװען! טאג־ טעגלעך הערט מען נאר: ׳גע׳הרג׳עט, געשלאגן׳ געראביר ט! ׳ איך האב מורא צו שטעלן א טריט אונטערן שטאט... שוין צװײ יאר, װי איך גײ נישט ארוים פון ײדישן געטא (װארשע). איך האב שוין פארגעסן, װי עס זעט אויס א פעלד, װי די גראז װאקםט... מיר געפינען זיך אין א חיה׳שן מדבר.., ״ 29 ױלי, 1937, װארשע.

passage_a0a9c72f70ad64ac005241bd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2817-3294

״איןברים קפירן דיעגדעקעס אגרוים באיקאט־אקציע. זיי שלעפן ארויס די קונים פון די ײדישע געשעפטן. דער םטאראםטע חאט דערקלערט דער ײדישער דעלעגאציע, אז רופן צו באיקאט מעגן...״ 30 אויגוסט, 1937, װארשע. ״דער אנטיסעמיטיזם שטארקט זיך. די פוילישע פיקעטן ארבעטן מעשים. מען רײסט ארויס דעם ביסן ברויט פון מויל. אין לאמזשע און אומגעגנט איז שרעקלעך. די גלחים חעצן צו רשעות און גװאלדטאטן. אין װארשע אויף די גאסן שלאגט

passage_6e212834c9aa1076cb7b67da