דאס שטעטל 55 מען ײדן. ײדישע ױנגעלײט שלאגן צוריק. 15 ײדן ארעס־ טירט פאר שטעלן זיך קעגן די כוליגאנעם. א האטענטאטישע גערעכטיקײט...״ 1 םעפטעמבער, 1937, װארשע. ״אין בידגאשטש׳ אין סטאק׳ אין מאלקין, קעלץ, םטוטשין, טשיזשעװ, לאדזש, אשמענע, דראהאביטש׳ ברײנסק, װילנע, — אומעטום שלאגט מען ײדן: פון אומעטום קומען אן הארצ־ רײםנדיקע װײ־געשרײען און רופן נאד הילף...״ * * * אזוי האט אויסגעזען אין יענע גורל׳דיקע טעג די יידישע לאגע. איך אלײן האב אויך געפילט די פוילישע דובינע אויף אויסנאם. די שטימונג אן שטעטל איז געװען זײער א גע־ רײצטע. אין א געװיסן טאג האבן די ״ױנאקעם״ (יונגע פא־ ליאקן, װאם האבן געארבעט אויף די װעגן) צעלאזט זײערע הענט און אנגעהויבן בושעװען אין שטאט. די ײדן פון דרא־ היטשין האבן זיך קעגן געשטעלט און האבן די באנדיטן גוט אנגעלערנט... לסוף האט די פוילישע מאכט נאך ארעסטירט א צאל ײדן און זיי פארשפארט אין תפיסה. אזוי האט אויס־ געטראגן די פוילישע ״גערעכטיקײט״... ❖ ❖ * די היטלער־אטמאספערה האט געהאט פארפעםטע ט פוילן נאך איידער די דײטש ע שטורם־טרופן האבן ארײנגעמארשירט דער נייער בית־עולם. פון רעכטס: הערשל אײזענשטײן (בולמאקעה, משה לײזער גראטש, ישראל דוד און חנה מילנער. זיצן: חוה מילנער און איר זון ױסף.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1286
passage_7f288c263537ada6b1d955d5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1288-1921
מײנע פלײצעם. צװײ מאל בין איך געװארן צעשלאגן אויף די װארשעװער גאסן פון די פוילישע ״דעמאקראטישע״ פאגראמ־ שטשיקעס, נאך װעלכע די מערב־דעמאקראטן בײנקען און באקלאגן זײ הײנט, נעבעך, אזוי.. . * * * און דראד,יטשין איז אין דעם הינזיכט נישט געװען קײן אין לאנד. אויך די געטאס זײנען שוין געװען צוגעגרײט דורך די פאליאקן. איז נישט קײן װונדער װאס די פוילישע ערד איז געװארן דער קבר פון אײראפײאישן ײדנטום.. . עס מוז דערבײ אונטערגעשטראכן װערן, אז קעגן דעם פוילישן לאנד, אלס אזעלכן, האבן מיר גארנישט װאס אזיס־ צוזעצן. עס איז געװען א גוטע און א פרוכטבארע לאנד.
passage_1a656f58223eb7c89cf2e53f