Original scan
Original memorial-book scan 63
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1164

איך פילאזא בענקשאפט 59 א*ך גיין אינעם חדר, איך לערן זיך גוט, מען קנײפט מיך אין בעקל, מען בענטשט זיך מיט מיר, דאך טיר ווערט דערעםן דער הדר, די שול, איך גנב זיך ארויס דורך א הינטערשטער טיר. איך שפיל זיך אין קארן, איך לויף אום אין װאלד, איך קלעטער אויך בײמער, צעקלאפ זיך דעם קאפ, זוך פײגלשע נעסטן, איך גיב נאר איין קוק, איך ריר ניט די אײעלעך, איך קריך גלײך אראפ. איך יאג זיך נאך בהמות, איך שפרינג אויך די פערד, װי פרײ איז די װעלט מיר, פיל קײנמאל ניט טריב, די פאסטוכער זײנען צו סיר אזוי גזט, דער רשעה פאװלױק האט אפילו מיך ליב. און טשערעדעם טרײב איך אין שטעטל צוריק, איך ליארם מיט ײנגלעך ארום אין דער גאס, און שרײט אויף מיר אנעט די מאמע, איז װאס? איך װײם דאך, עם איז נאר אויף שפאס. נױ^ארק נעכטן בין איך אין דראהיטשין געװען, כ׳האב װידער דעם װיאן, דעם גרינעם, געזען; דעם אלטן בית־מדרש, די חסידישע שול, דער מארק איז געװען מיט פויערים פול. די קוזניע בײם טײכל האט פונקען געשלאגן, דאס טײכל געפלאמסט מיט רוישיקן יאגן, און מאטעס מיט נאקעטע פיס אינעם װאסער האבן װײנענדע קינדער געצװאגן.

passage_ba93726bce54850dc6fb6d09
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1166-2515

װען איך בין קײן בראנע פון שול־הײף אװעק, האבן בײמער באהאלטן די זון אויפן װעג; ווען איך בין צום פריץ אין בראנע ארײן, איז דער װאלד װי פאר׳כשופ׳ט געשטאנען אין שײן. די הינט זײנען װידער ארוים מיט געביל, בין איך, װי געװײנלעך, געבליבן שטײן שטיל, איז פלוצלונג א ױנגע פאניענקע געקומען און צערטלעך און װארעם מײן האנט אנגענומען. בין שפעטע ר אװעק יקײן דראהיטשין צוריק אויף םטעזשקעם פארדרײטע, מיט פרײדן אין בליק; עם זיצן אויף פריזבעם פארהארעװעטע װײבער, עם פיפקען די לױלקעס די מענער לע ם זײ. דערצײלט מען זיך מעשױת פון דעם אדער יענעם, און קײנער װינטשט קײנעם קײן שלעכטס ניט, קײן װײ. די לבנה צעװיגט זיך אין בוימער טיט שײן — װי גוט אין דראהיטשין איז איצט צו זײן, און קאשטאן — איך פארויף אים רײטנדיק אום, ער בילט, ראך ער דרײט אזוי פרײנטלעך זײן קאפ, און מורזא שפרינגט אום װי א שװארץ־װײמע קאלב, קוקט אן מיך מיט פרײד, טרעט פון מיר גאר ניט אפ. איך לערן די ײנגלעך צו שפילן אין באל, איך לערן זײ אויך װי צו באקםן זיך שניעל, איך האב זיך מײן חברה, צװײ־צענדליק אין צאל, מיר מאכן פון דארפישע שקצים א תל. זיץ איך אין נױ יארק און שמײכל צו זיך, די יארן זײ פליען אזוי גיך, אזוי גיך, דאך זע איך דראהיטשין פאר זיך אזוי קלאר, װי איך װאלט א קינד געװען דארט לעצטן יאר.

passage_87560fc8cf8c5b9717d0c1c4
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2517-3901

מײן הארץ װערט צעגליט, כאטש איך בין אזוי מיד, און פליגלדיק װערן מײנע טרוקענע רײד, און ם׳קלינגט מיט א בײנקשאפט א לאנג־טויטע ליד, איך פו ל אזא װײטעק, איך פיל אזא פרײד . . . און אט איז דער זײדע, און אט איז די באבע, און אט איז די גרויסע פירקאנטיקע שטוב, און דא די טאפאלן, די ױנגע בעריאזעס, אין מיטן א ריזיק צעבלעטערטער דוב. איך טרעף אן דעם דײן׳, איך רײד מיט דעם רב, װי הארציק און פריינדלעך, װי טיף זײער בליק; ם׳איז אלץ אזוי נאענ ט צו מיר, אזוי ליב — מיר איז אזוי גוט, אז איך װיל ניט צוריק. אלס קינד בין איך אײנמאל געװען דא בלויז, דאך דאכט מיר, ם׳איז אפן סאר מיר יעדעס הויז. און ם׳דאכט מיר, אז יעטװידע בלום, יעדער בוים, מורמעלט מיר עפעס פון ר ו און פון הײם. איך פיל זיך דערהויבן, איך פיל אין זיך גלויבן, איך האב פון נױ יארקישן יא ך זיך באפרײט; דא װעט מיר דאס לעבן קײן טרוימען ניט רויבן, דא װעל איך אין ױגנט שוין װערן באנײט. דא װעל איך ניט הערן קײן רײד מער, קײן פאלשע, פון פרײנט דא ניט װערן טאג־טעגלעך גענארט; מען װעט מײן פאנטאזיע דא קײנמאל ניט צוימען, דא װעט מײן נשמה ניט בלײבן פארשפארט. נױ יארק, אירע טורעסם, זײ שפאלטן די הויכן, פרובירט — און איך האב ניט געקענט זײ דערגרײכן, איך װיל זי פארגעםן, איר רולאזן בליק, איך װיל דא פארבלײבן, ניט גײן מער צוריק. א װ דראהיםשין

passage_0b19a6fd3240c8f185826162