Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 68
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-862

64 דראהיטשין האסט געטראפן א פאל, אז יעקב ברוך דער גײער האט חתונה געמאכט זײנעם א זון, און אזוי װי ער איז געװען פון פוילישן צד, האט מען די חופה געשטעלט לעבן נײעם בית־ המדרש אחד ער מסדר־קדושין, נאטירלעך, האט געזאלט זײן דער פרוש, ר׳ דוד מרדכי. װי געזאגט, מען האט געבראכט חתן־כלה מיט מוזיק אויפן שול־הויף, װעלכער איז געװען אויסגעפילט מיט געסט און סתם נײגעריקע. דער פוילישער רב האט געמאכט די ערשטע ברכה און דער חתן האט מקדש געװען דער כלה. מיטאמאל האט זיך דער חתן אנגעהויבן אראפלאזן צו דער ערד. עס איז גלײך געװארן א טומל. פון אנהויב האט געמײנט, אז דער חתן איז פאר׳חלש׳ט געװארן האט מען אים גענומען מינטערן. אבער זעענדיק, אז ער קומט ניט צו זיך האט מען אלארמיר ט דעם דאקטאר, װעלכער .האט בלויז פעסטגעשטעלט, אז דער חתן איז ■טויט, ל״ע...

passage_a9a62eba1723b3369f54495b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 864-2161

מע ן קע ן זי ך פארשטעלן, װא ס ע ס הא ט זי ך אפגעטא ן אונטע ר דע ר תופה. אנשטא ט צ ו שרײע ן מז ל טוב, אי ז געװאר ן א גרויס ע יללה. אי ך הא ב גראד ע דא ן געזאג ט דע ם בלאט־ גמר א אי ן אלט ן בית־מדרש, האב ן מי ר פו ן ד י געשרײע ן געמײנט, א ז ע ס ברענ ט אי ן ערגעץ. אבער, ארויסלויפנ־ די ק אויפ ן גא ס האב ן מי ר דערפאר ן פו ן אומגליק. ד י שרעק־ לעכ ע פאםירונ ג הא ט געבראכ ט גאנ ץ שטא ט אוי ף דע ם פלא ץ פו ן אומגליק. מע ן הא ט דע ם חת ן ארויפגעלײג ט אוי ף א באנ ק או ן מע ן הא ט אי ם געטראג ן צ ו דע ם הוי ז פו ן דע ר תתונה. ד י געסט, װעלכ ע האב ן צוגעגרײ ט א קבלת־פני ם פא ר חתן־כלד״ האב ן גא ר געדארפ ט מקבל־פני ם זײ ן דע ם טויט ן חתן, ל״ע.. . א צײ ט לאנ ג האב ן ד י ײד ן אי ן דראהיטשי ן ניש ט גע ־ קענ ט פארגעס ן ד י שרעקלעכ ע פאםירונג, אנדער ע האב ן דע ם אומגלי ק אנגעהאנגע ן אי ן דע ר מחלוקת־הרבנים, או ן געזע ן אי ן דע ם א שטרא ף פו ן גא ט פא ר דע ר מחלוק ת אי ן שטאט. שפעטע ר הא ט מע ן זי ך דערװוסט, א ז דע ר חת ן הא ט געליט ן אוי ף א הארץ־קראנקײ ט או ן ד י איבערראשונ ג פו ן דע ר חתונ ה הא ט פארשנעלער ט זי ק טויט. אי ן א קורצע ר צײ ט ארו ם הא ט ד י כל ה גענומע ן חליצ ה פו ן חתן׳ ס ברודער. דע ר מםד ר פו ן דע ר חליצ ה אי ז געװע ג דע ר רוסישע ר רב, אי ן אלט ן בית ־ המדרש, מײ ן װײניקײ ט אי ז אוי ך געװע ן אנװעזענ ד בע ת דע ר חליצה. ה . גרינדונ ג פו ן דע ר ישיד ה

passage_3a2003603154274717fdf7d0
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2163-3234

איך האב זיך דאן גענומען פאראינטערעסירן מיט דעם מצב פון דער תלמוד־תורה, וועלכע האט געהאט דריי מלמדים, און ווו מען האט געלערנט פון 2 ביז 3 בלאנאמר א א וואך . איך האב אין ר׳ משה װעלװעל׳ס כתה געפונען פיל גוטע תלמידים, וועלכע האבן פארשטאנען לערנען און האבן זיך גענויטיקט אין א ישיבה׳שן לימוד . נאך די געהעריקע הכנות האבן מיר, אין יאר 1905, אזא ישיבה געגרינדעט. אלס ראש ישיבה האבן מיר אױפגענו־ מען ר׳ אליה מאכלעס, א איד, װאס האט געקענט זאגן א שיעור גמרא פאר עלטערע קינדער. אויך האבן מיר באשטימט א משגיח (״קטונתי״), װאם האט געדארפט אכטונג געבן אויף דעם םדר אין דער ישיבה, וועלכע האט זיך גע־ פונען אין חסידים־שטיבל. מיר האבן געגעבן צו װיסן אין די ארומיקע יידישע ישובים איז עס זײנען געקומען גענוג תלמידים. געלט אויף אויפצוהאלטן דער ישיבה האבן מיר געהאט, א טייל פון די תלמידים, און דאס איבעריקע האבן מיר געשאפן אין שטאט און אין די ארומיקע שטעטלעך. צו דעם האט אסך מיטגעהאלפן ר׳ העדשל חיים לעװ, וועלכער איז געווען א ן עוסק בצרכי־ציבור ,

passage_c5969d5a85d954a9d58ffc2c
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3236-4633

אויף דעם צװײטן זמן האב איך אלײן איבערגענומען די פירונג פון דער ישיבה, װעלכע איז מיט דער צײט שטארק אויסגעװאקםן, מיר האבן געהאט תלמידים פון כאמםק, יא־ נאװע, מאטעלע, אנטאפאליע, קאברין, װי אויך פון בריסק. מען האט דער ישיבה איבערגעטראגן אין גאם־בית־ה׳מדרש און איך פלעג פאר די קינדער אלײן זאגן דעם שיעור יעדן טאג. איך האב די תלמידים געװיזן דעם װעג װי צו לערנען אלײן. זײ האבן אלעטאג געדארפט צוגרײטן א לײענען, דאס הײסט, אלײן לערנען, און דאס האט געגעבן די קינדער חשק צום לערנען. דער משגיח איבער די תלמידים איז געװען דער אלטער ר׳ געצל, א חשוב׳ער ײד, װעלכער האט אויך ארויס־ געהאלפן די קינדער צו מאכן דעם לײענען. איך האב געזאגט שיעורים אין דער ישיבה אין משך פון דרײ יאר . שפעטער האט די אנפירונג פון דער ישיבה איבערגע־ נומען הרב יוסף דוד שוב (בנימין משה דעם שוחט׳ס אײדעם), צום לעצטן האבן מיר אלס ראש ישיבה אויפגענומען הרב ר׳ אהרן פון כאמםק, א גרויסער למדן. מיר האבן אויך צוגעצויגן הרב ר׳ אלי׳ װעלװעל אלטװארג (חיים בער דעם ציגעלניק׳ס זון), אז ער זאל ארײנקומען אין דער ישיבה . די ישיבה, װעלכע האט ארויסגעגעב ן פיל גוטע תלמי־ דים, װאס האבן זיך שפעטער אויסגעצײכנט אין די גרויסע ישיבות, — האט עקזיםטירט פון 1905 ביז דעם אויסברוך 'פון דער ערשטער זועלט־מלחמה אין יאר 1914 . ו. מײן ערשטע רײזע קײן אמעריקע

passage_377aab24a715d658ed1a7843
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4635-5308

עטלעכע יאר פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז מיר ארײן א געדאנק צו פארן קײן אמעריקע. דאן, אין יענער ניט־ מאדערנער צײט איז א ריתע קײן אמעריקע געװע ן פו ן ד י לײכסטע זאכן. מען האט נאר געדארפט פארקלערן איז מען געפארן. פאר די 4 חדשים, װאס איך בין געװען אין אמעריקע, האט מיך מײן פאמיליע פארװארפן מיט ברױו איך זאל צוריק־ קומען אהײם. און אין א שײנעם טאג בין געװען צוריק אין דראהיטשין. אזוי זוי מען האט ניט געזװס ט פון מית אװעקפארן אזוי האט קיינער נישט געװוסט פון מײן צוריקקומען. אז איך בין פלוצלונג ארײנגעקומען אין אלטן בית־המדרש האב איך געטראפן דעם רב, ר׳ אײזיק׳ן, זאגנדי ק דעם בלאט־גמרא.

passage_f80e57138537d09406cd271e