Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 72
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1067

68 דראהיטשיין דראהיטשיין אונטער דײטשישער אקופאציע אזוי גיך װי די ערשטע דײטשן האבן ארײנגעמארשירט אין שטאט האט יעדער אײנער געכאפט זײנע פעקלעך און איז געלאפן זוכן ערגעץ א פלאץ צום װוינען. אבער׳ װו זוכט מען, אז פון דער גאנצער שטאט איז נאר פארבליבן די קראס־ נעאוליצע גאס און די גאס בײם בריק, װאס גײט צום זאמד. װײטער איז אלעס געװען פארברענט. אבער גאר גיך האט מען אויסגעפונען, אז די גוי׳שע גאסן־דערפער, סטאראםילי און זאריטשקע, זײנען געבליבן גאנץ, נישט פארברענט. האט זיך דער עולעם גלײך א לאז געטאן צו די גוי׳שע גאםן. יעדער אײנער, װאס האט געקענט לויפן שנעלער, איז מיטאמאל געװארן א בעל הבית פון א הויז מיט א שײער תבואה, װעלכעס די פויערים האבן איבערגעלאזט און אנטלאפן. א חוץ דעם, האט יעדער אײנער אנגעהויבן אויפגראבן זײן בעל־הבית׳יש־ ײדישע קינדער פון זאריטשקער גאס אונטער דײטשער אקופאצ קײט, װאם מען האט געהאט פארגראבן פריער. אין אײנװעגם, האט מען שוין אויך אויפגעגראבן די זאכן, װאס די פויערים האבן געהאט באהאלטן...

passage_9a7de212a7f85b0ccbcf8de8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1069-2200

אין צוזאמענהאנג מיט דעם איז כדאי צו פארצײכענען דעם טראגישן פאל, װאס עס האט געטראפן מיט משה מענדל דעם םטאליארן אײדעם. ער איז ארײן אין דער אויװן־קוטשקע פון דער פארברענטער הויז ארויסצונעמען פון דארט די פאר־ גראבענע זאכן, האט זיך דער דורכגעברענטער אויװן צעפאלן און אים פארשאטן. מיט איבערמענטשלעכח חכוחות האבן מיר (איך בין דאן גראד געװען אנװעזענד) געארבעט ביז מיר האבן אפגערײניקט דעם בארג ציגל און באפרײט דעם קרבן פון לעבעדיקן קבר. ער האט זיך אפגעמאטערט עטליכע טעג און איז ׳ ל״ע, געשטארבן. דער ערשטער קרבן פון דער מלחמה. כדי די שטאט זאל נישט זײן הפקר, האבן מיר באלד געשאפן א קאמיטעט פון די פאלגנדיקע: הרב ר׳ אײזיק י. .קאלענקאװיטש, זכוריה שמיד, זלמן בוניעס, חײם בנימינ׳ם, טוביה דוד װארשאװסקי, הערשל חײם, ז״ל, און יבדלו לחיים׳ זושא װארשאװםקי, מײן װײניקײט א.א. דער דאזיקער קא־ מיטעט האט געמאלדן דער דײטשישער קאמענדאנטור פון שטאט פון זײן עקזיסטענץ און געבעטן, אז אין אלע שטאטישע ענינים, זאל זיך די קאמענדאנטור באראטן מיטן קאמיטעט. אין קורצן נאכדעם איז אין דראהיטשין אויסגעבראכן,

passage_2ab8b524c2cbdd76230b7b18
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2202-3429

ר״ל, א שרעקלעכע עפידעמיע פון פלעק־טיפום און דיזענטעריע. מענטשן, אלט און ױנג, זײנען געפאלן װי די פליגן אין די גאסן. פון די פליכטלינגע, פליטים, װעלכע זײנען פארשלעפט געװארן קײן דראהיטשין פון קאנגרעס פוילן׳ פון בריסק א.א. — איז כמעט קײן אײנציקער נישט פארבליבן. זײ זײנען אלע אויסגעשטארבן אין דער עפידעמיע. עס זײנען פארבליבן פיל קײלעכדיקע יתומים, אן א שום גואל און רעטער. דער שטאט־קאמיטעט האט, נאטירלעך, איבערגענומען די באזארגונג פון די דאזיקע יתומים, װי אויך פון די שװאכע און קראנקע, װעלכע האבן זיך אלײן נישט געקענט העלפן. דער קאמיטעט האט אויך געהאלטן אלס זײן פליכט אכטונג צוגעבן אויף די בעלי־בתים, װעמענס הײזער זײנען פארבליבן גאנץ פון דער שרפד״א זזאלן נישט בארײםן און בא׳עולה׳ען זײערע שכנים, אלײן געװעזענע בעלי־בתים, װעמענס האב־און־גוטם איז אװעק מיטן פייער. אין שייכות מיט דעם איז ווערט צו דערצײלן װעגן א פאל װאם האט פאסירט מיט מיר אלײן. אלס אײנער פון די נשרפים, האב איך געדונגען א דירה אין איינעם פון די פארבליבענע הײזער. אזוי װי איך האב אלײן געדארפט באהײצן מיין דירה, האב איך בײ מײן בעלי־בתים געבארגט א האק צוצעהאקן עטעלעכע

passage_dec596600123e17d8eb4ca1e
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3431-4229

שטיקלעך האלץ. גראד איז אנגעקומען שכנא שמאש צורופן מיך אויף א זיצונג פון שטאט־קאמיטעט און זעענדיג מיך שפאלטן האלץ, איז ער צוגעלאפן און ארויסגענומען די האק פון מיינע הענט. ער װעט מיר נישט לאזן האקן האלץ, האט ער גע־ זאגט, עס פאס טנישט פאר מיר׳ ער װעט עס אליין טאן. װי נאר שכנא, דער פאכמאן פון האלץ־האקן, האט אראפגעלאזט די האק אין דער פאלינע־האלץ האט זי זיך צעשפאלטן. ער האט אבער אויך צעשפאלטן און צעבראכן דער טאפעריםקע, דאם הענטל פון דער האק... שכנא האט מסתמא געװוסט מיט װאם דאם. שמעק טהאט ער זיך גלייך אפגערוקט אן א זײט. מיר האבן לאנג נישט געדארפט װארטן און דער בעל־הבית איז מיטאמאל געקומען צולויפן און ער האט זיך אנגעהויבן קלאפן מיט די הענט אין זײן קא פ און מיטן קאפ אין װאנ ט:

passage_5ae62685bd711cdf53d73561