Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 76
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1008

72 דראהיטשין 8 ײדן פארנעמען זיך מיט ערד־ארבעט די מערהײט פון די ײדן האט זיך, אין פארלויף פון די מלחמה יארן, פארנומען מיט ערד־ארבעט. יעדער אײנער האט פארנומען א שטיק פעלד, װעלכע איז געבליבן פאר־ לאזט פון די אנטלאפענע פויערים און עס באארבעט אזוי גוט װי די געניטסטע ערד־ארבעטער. אסך פון די דאזיקע ײדן האבן געהאט גענוג ברויט און קארטאפלא פאר זיך אװאויך צו פארקויפן. געװען אויך אזעלכע, װאס איז זײ נישט אנ־ געשטאנען צו ליגן אויף די פעלדער, האבן זײ טאקע געמוזט צאלן א גוטן פרײז פאר א פוד קארן, און צײטנװײז אויך גוט צוגעהונגערט. די יידן, װעלכע האבן געזײט פעלדער האבן אויך גע־ האלטן בהמות און אזוי ארום געהאט פאר זיך מילך, פוטער און קעז. קײץ פאשער פאר די בהמות האט נישט געפעלט. די צרה איז געװען װו נעמט מען פאסטוכער? װײל קײן גוי׳שע פאסטוכער זײנען נישט געװען. האבן זיך אפגעזוכט צװײ ײדישע יונגעלײט, װעלכע האבן זיך פארדונגען צו פאשן די ײדישע בהמות.

passage_b708424c031af41eda8f9ab5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1010-2361

אײנמאל אי ן א פרײטאג בין איך געגאנגען באקוקן מיינע פארזײטע פעלדער, װו ניש ט װײט האבן זיך געפאשעט אונזערע בהמות. האב איך אין זיך געטראכט, װאס, למשל, קען טאן א ײדישער פאסטוך ערב שבת נא ך האלב ן טאג? האב איך זיך ארײנגעזעצט אין די טיפע קארן און פונדערװײטנס בעאכאכטע ט די פאסטוכער. אז די בהמות האבן זיך גוט אנ- געגעסן און צעלײגט זיך אויפן גראז, האבן די פאסטוכער ארויסגענומען פון זײערע טארבעס סידורים און אנגעהויבן זאגן שיר השירים מיט אזא ניגון, אז ש ע ס איז צעגאנגן אין אלע גלידער. דאם זײנען געװען ײדישע פאסטוכער.. . יד. געהײמער האנדל דעם צװײטן יאר פון דער דײטשישער אקופאציע האט זיך דאם לעבן אעעהויבן צו נארמאליזירן. די עפידעמיע האט זיך פארקלענערט. ײדן האבן אעעהויבן מאכן צעביסלעך מםהר. מען האט געקויפט און פארקויפט, פון האנט צו האנט, נאטירלעך, אונלעגאל. פון פינסק פלעגן ײדן, מיט דער דער- לויבעניש פון דער קאמענדאנטור און מיט א דײטשישן בא- גלײטער אויפן װאגן, קומען קיין דראהיטשין און ברענגען אין די װעגענער, — מיט דער שטילער הסכמה פון דעם דײ- טשישן באגלײטער... — פארשײדענע סחורות, װי, לעדער, שניט, כלים א.א., װעלכע זײ פלעגן דאס אויסטוישן אויפן א זעק ל קארן אדער עטלעכ ע פוד קארטאפל, װעלכס איז דאן געװען פאר די פינסקער ײדן, װאם האבן געליטן הונגער, די בעםטע םחורה.

passage_f1789dea5d01c2d62f0dcbdc
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2363-3655

פון בריסק, ביאלע, מעזריטש און אנדערע שטעט, פלעגט מען שמוגלען אין די װעגענער קיין דראדיטשין, מערסטנטײל, שניט־םחורד״ וועלכע מען האט אויסגעטוישט אויף תבואה אדער אנדערע סחורות. איינמאל האט מען זיך דערװוסט, אז אין סלאנים איז פאראן צו קויפן שניט־םחורד״ האבן ײדן, וועלכע האבן קײנמאל נישט געװוסט די באדײטונג פון מאניפאקטור, א לאז געטאן זיך קיין םלאנים און געברײנגט פעקלעך מאניפאקטור קיין דראהיטשין. מען האט נישט געפרעגט קיין פרײזן. מען האט געצאלט װיפיל נאר דער פארקויפער האט געבעטן. מען איז אזוי לאנג געפארן קיין םלאנים ביז די שניט־םחורה דארט האט זיך אויך אויסגעלאזט. שפעטער האט זיך פארשפרײט דער האנדל פון שנא&ס. מאנכע ײדן האבן מיט דער דערלויבענש פון דער דײטשישער קאמענדאנטור (נאטירלעך, פאר גוטע פרעזענטער), אנגעהויבן אויספאמפען דעם שפירט פון דער ערד, וואס די רוסן האבן פאר זייער אפטרעטן ארויסגעלאזט פון די ברײזעו־. באזונדערס, האט זיך זײער שטארק גערוכעװעט מיט דעם בראנפן־מםחר, אין זאקאזעליע. ספעציעלע גרויסע מאשינען זײנען דארט געװען אינס.טאלירט, װאם האבן געפאמפעט דעם שנאפס פון דער ערד. פארנומען מיט דעם האבן זיך אממײנםט ן די ײדן פון װאלעװעל, װי אויך פון דראדיטשין. פיל ײדן זײנען פון דעם בראנפן־מםחר שטײן־רײך געװארן.

passage_af10173ced04f6de6771082d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3657-5055

די גאנצע דריי יאר פון דער דײטשישער אקופאציע איז געווען אין פארקער, נאטירלעך, דער דײטשישער מארק, און די רוםישע פאפירענע רובלס. די גאלדענע רובלם, האט דער דײטש גלייך פון אנהויב ארויסגעצויגן פון אומלויף. דער דײטש האט זיך באנוצט מיט א שװינדל: ער האט זייער אפט ארויפגעלײגט אויף דער ציװילער באפעלקערונג שטראפן און געהײסן צאלן אין גאלדענע רוסישע רובלס... שפעטער האבן זיך אנגעהויבן װײזן אין אומלויף נייע קנא־ קענדיקע רוסישע פאפירענע רובלם. נאך שפעטער האט מען די אלטע רוסישע רובלם אינגאנצן אוייפגעהערט צו נעמען. פיל ײדן האבן דערבײ פארלארן א םך געלט. צום סוף האט מען אנגעהויבן אויך אויסצובראקירן די גײע רוסישע רובלס • אויב עס, האט נאר געד,א ט א קלײנע לעכעלע האט שוין נישט גע־ טויגט. און ײדן האבן װידער פארלארן געלט. פון װאנען די האסע און די בעסע אויף די רוסישע רובלס האט זיך גענומען האט קײנער נישט געװוסט. טו. דאס שטעטל הויכט זיך אן אפכויען זעענדיק װי די דײטשן האקן אויס די װעלדער און פירן ארויס דאס געדזילץ קײן דייטשלאגד, האבן זיך די ײדן בא־ רעכענט, אז זיי קענען אויך טאן דאס זעלבע. מען האט זיך באזארגט מיט ״שײנען״ פון דעם קאמענדאנט און מען האט אעעהויבן פארן אין די װעלדער האקן די בוימער און ברײנ־ גען אין שטאט ארײן. װער עס האט געהאט א פערד־און־װאגן האט דאס אליק געטאן, און װער עס האט נישט געהאט קײן

passage_e04316262c24521e0234136f