76 דראהיטשין צולויפן. קײן זאקאזעליע, און די אײנציקע זאך װאָס זײ האבן געקענט טאן, איז צו זאגן תהלים בײ די הרוגים. אויפן צו־ מארגנס האבן זײ געשיקט א שליח קײן דראהיטשין אנצוזאגן װעגן דעם שרעקלעכן מארד. עס איז אונמעגלעך צו בא־ שרײבן דעם רושם, װאָס די זאקאזעליער שחיטה האט אויף אונז געמאכט. נאך גרעסער איז געװען דער טרויער, װען די זאקאזעליער קדושים זײנען מיט אײניקע טעג שפעטע געבראכט געװארן צו קבורה אויפן דראהיטשינער בית־ עולם. די גאנצע שטאט האט מיט געװײען און יללות באגלײט די 17 הרוגים צו זײער אײביקער רו... די זאקאזעליער שחיטה איז געװען א װארענונג פאר אלע ײדן. עס איז באשלאסן געווארן צו פארן קײן קאברין, װועס האט זיך שױן געפונען א פוילישער קאמענדאנט מיט פיל פאליצײ, און בעטן בײ דעם דארטיקן קאמענדאנט פא־ ליצײאישע־שוט פאר דראהיטשין. די פראגע איז נאר געװען װער זאל פארן? װער װעט דאס װעלן צו ריזיקירן מיט זײן לעבן צו פארן אזא לאנגע שטרעקע מיטן פור קײן קאברין? (קײן באנען זײנען דאן, צוליב דער צעשטערונג פון די באן־ װעגן, נישט געגאנגען.) עס האט זיך דאך אפגעזוכט אײן געװאגטער ײד, װעלכער האט איינגעשטעלט זײן לעבן און איז געפארן קײן קאברין. דאס איז געװען דער פריערדיקער סאלטיס, אהרן אשר טאלקאװסקי. יהי שמו זכור לטוב! כא. די בעלאגאװצע סװילדעװען אין דראהיטשין
דערװײַל, אין דער צײט, װאָס אהרן אשׂר איז אװעקגע־ פארן קײן קאביר ן זײנען געקומען אין שטאט 4 פוילישע זעלנער און האבן געזוכט פלעצער, װ ו צ ו באקן ברױט פאר די םאלדאטן, װאָס האבן געארבעט אויף דער באן־ליניע. עס איז באשטימט געװארן, אז זײ זאלן זײער ברויט באקן בײ ימיר אין הױז און בײ מיץ שכן, הערשל דעם שוםטער. די סאלדאטן האבן אויך געמאכט זײער קװארטיר בײ הערשלען אין הויז. מיר האבן זיך איינגעלעבט מיט די עטליכע פוילישע סאלדאטן און האבן זיך געשפירט זיכערער. אויף דער דריטער נאכט, ארום 12 אזײגער, הערן מיר פלוצלונג א קלאפערײ אין טיר. פון די געשרײען האב איך דערקענט, אז דאס זײנען באלאכאװצעם, איך האב גלײך ארויסגעשיקט מיין פרױ און קינדער דורכן פענסטער און געהײסן זײ זאלן לויפן צו הערשלען אין הויז. װען איך האב געעפנט דער טיר, האבן מיט שטורעם ארײנגעריסן זיך פיר באלאכאװצעס מיט רעװאלװערן און האבן געפאדערט פון מיך, איך זאל זײ גרײטן א טיש מיט ברויט, פוטער, אײער, קעז און מילך; איך זאל זײ אויך אפגעבן די דאלארן און צירונג. אױב איך װעל נישט אויספירן זײער באפעל, האבן זײ ^ןי ר געסטראשעט, װעלן זײ טאן מיט מיר, װי זײ האבן געטאן צו די ײדן אין קןאמין־קאשירםק פון װאנען זײ קומען איצט צופארן. דערבײ האבן זײ אנגעהױבן נאכקרימען, װי די ײדישע
פרויען פון קאמין־קאשירם האבן געשריגן און געװײנט בײ דער הריגה. די באנדיטן האבן זיך צעזעצט ארום טיש און איך האב אנגעהױבן ארויפשטעלן אויפן טיש, װאס נאר איך האב געקענט געפינען אין שטוב. אין דער צײט, װאס איך האב געהאט צו טאן מיט די באלאכאװצעם, איז מײן פרוי און קינדער ארײנגעלאפן מיט א געשרײ צו הערשל פאפינסקי׳ן אין הויז און האבן אויפ־ געװעקט די פוילישע זעלנער. דערהערנדיק דאס װארט ״בא־ לאכאװצעם״, האט זיך דער עלסטער פון זײ גלײך אנגעטאן, גענומען זײן ביקם און ארײנגעקומען אין מײן הויז, האבן אים די באלאכאװצעם געפרעגט, װאם ער טוט דא אזוי שפעט אין דער נאכט? האט דער פאליאק געענטפערט, אז ער איז גע־ קומען אײנהײצן דעם אוױון צו באקן ברויט פאר זײנע םאל־ דאטן. און ער האט זיך גלײך גענומען, לפנים װעגן, פארקערן ארום אוױון. דאם האט געװירקט. די ״געסט״ האבן אראפגע־ לאזן זײערע נעזער.. .
נאכ׳ן עסן האבן די באלאכאװצעם מיר באפוילן, איך זאל זיי מאכן געלעגרם, צום שלאפן. איינער פון דער באנדע האט, אפנים צו שרעקן מיר, געהאלטן די גאנצע צייט זײן רעװאלװער אנגעשטעלט אויף מיר. די טײװלאנישע שפיל איז מיר נישט געפעלן געװארן׳ האב איך מיט א געמאכטער רואיקײט און שמײכל ארויסגענומען דעם רעװאלװער פון זײן האנט. דאס האט דעם באלאכאװעץ אביסל צעטומלט, און ער זאגט צו מיר: ״אײד זאל נישט מורא האבן צו האלטן א רעװאלװער אין האנט?״ די באנדיטן האבן זיך צעלײגט שלאפן און זײנען גלײך אײנגעשלאפן. איך נעם ארויםגײן פון צימער, ערשט אײן באלאכאװעץ גיט מיך א רוף אין ײדיש. איך בין געװארן דערשטוינט און פרעג אים צי ער איז א ײד. ענטפערט ער: ״שוױיג״. און גיט צו: ״מיר װעלן דיר גארנישט טאן, דו מוזט אבער, געבן אונז אינדערפרי צװײ טויזנט מארק װעלן מיר אפפארן פון שטאט.״
אין דער זעלבער נאכט האבן מיר געהערט, אז מארגן פרי וועט אנקומען אין שטאט א גאנצער פאלק באלאכאװצעס. מען קען זיך פארשטעלן װי מיר האבן דאן געפילט. אינדער־ פרי האבן טאקע די ״געםט״ אנגעהויבן ארײנמארשירן אין שטאט. אלע גאסן זײנען מיטאמאל געװארן פול מיט באלא־ כאװצעס. איך שטײ אזוי און קוק ארויס דורכן פענצטער אויפן גאס, פלוצלונג דערזע איך, װי א פאר פערד־און־װאגן איז פארבײגעפארן שנעל פאר מײן הויז, אין װאגן זיצן זעקס פוילישע זשאנדארן און עפעס א מאן שטײט אין װאגן און פאכט מיט א זשאנדארמסקער נאהאיקע און שרײט לוםטיק. איך האב אים דערקענט. דאס איז געװען אונזער אהרן אשר, װעלכער איז געקומען צופארן פון קאברין מיט 6 פוילישע שומרים און ער האט ספעציעל געפאכט מיט דער נאהאיקע פאר די באלאכאװצעס, צו װײזן, אז די שטאט איז מער נישט הפקר. אונז איז טאקע געװארן גרינגער אויפן הארץ... די 4 באלאכ^יוצעס, װאם זײנען געשלאפן אין מײן הויז האבי ך געמוזט געבן 2000 מארק און זײ האבן פארלאזן דער שטאט. דורכפארנדיק דור ך ליפניק, אויפן װעג קיץ יאנאװע,