Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 83
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1378

יעזראל בערגך װארשאװנז^ י(נױ-יארק ) היסטארישע נאמיצן ♦ מײנע זכרונות געשריבען בײם סוף פון דער ערשטער װעלט־מלחמה איך הײב אן צו שרײבן מײנע זכרונות פון די איבערלעבונגען װאס מיר האבן אדורכגעמאכט אין דער װעלט־מלחמה .( 1914 . ) בײם איצטיקן מאמענט איז שוין אריבער באלד 4 יאר מלחמה , און נאך װײסן מיר אלץ ניט װו מיר האלטן , צי בײם סוף אדער גאר נאך בײ דעם אנהויב , די מלחמה , האפן מיר , װעט דאך סוף כל סוף , קומען צו א ענדע . פאר־ לויפיק לעבן מיר איבער א העכסט־ קריטישע צײט . זועד װײסט צי מען װעט עס קענען איבער־ לעבן . דעריבער שרײב איך מײנע זכ־ רונות פאר מײנע קינדער , װעלכע לעבן אדורך צוזאמען מיט ^^ 1 ^ 2 1112 ( 11 ^ 1 '^^ ) ןןן^ך ן ך , שרעקלעכע צײט , אבער זיי זײנען נאך צו קלײן צו קענען פילן װאס ארום זיי קומט פאר.. . א . דער מצב פון די ײדן אין רוסלאנד פאר דער מלחמה נאכדעם װי די צארישע רעאקציאנערע רעגירונג האט אין טײכן בלוט דערדריקט די רעװאלוציע פון יאר 1905 , האט זי ארויפגעלײגט איר שװערע האנד אויף די ײדן . גזרות נאך גזרות זײנען ארויסגעגעבן געװארן , כדי צו פארביטערן די ײדן דאם לעבן . װער ם׳האט מער געדריקט די ײדן , איז בא־ לוינט געװארן פון דער צארישער מאכט מיט א העכערן אמט . די רעאקציאנערע פרעסע האט געשאט פך און שװעבל אויף די יידן . די רעגירונג האט געהאט אירע שווארצע , גע־

passage_d3c73d130a71b49157f21778
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1380-2668

הײם־אגענטן, ד י ״שװארץ־מאה׳גיקעס״, אי ן אל ע פארברע־ כער־או ן מערדער־באנדעם, װא ס האב ן געהעצע ט צ ו רוי ב או ן מארד, בלוטיק ע פאגראמע ן זײנע ן פארגעקומע ן אי ן קעשינעװ, האמעל, ביאליסטא ק או ן אי ן פי ל אנדער ע שטעט. ד י ײד ן האב ן געלעב ט אי ן שטענדיקע ר טויט־שרע ק ! ב ײ אונ ז אי ן דראהיטשי ן האב ן מי ר אוי ך אדורכגעלעב ט ד י טויט־שרע ק פו ן פאגראמען. ע ם הא ט זי ך צעטראג ן א קלאנ ג אי ן שטעטל, א ז ד י פויערי ם גרייט ן זי ך צ ו פאגראמיר ן ד י ײדן . ד י שטאטיש ע גוײ ם האב ן זי ך שוי ן געהא ט אײנגעטײל ט מי ט ד י ײדיש ע הײזע ר או ן פארמעגן. דע ר פאגרא ם הא ט געזאל ט פארקומע ן אי ן א יריד־טאג. ד י ײדן, אבער, האב ן באצײטנ ם פארלאפ ן דע ר סכנה. דע ר פריםטא װ או ן דע ר אויעזדנע ר איספראװני ק האב ן געקראג ן גו ט באצאלט.. . או ן ד י גאנצ ע פאליצ ײ פו ן אויעז ד אי ז ארגאניזיר ט געװאר ן או ז געקומע ן אויפ׳ ן ירי ד מי ט אנגעלאדענ ע ביקסן. ד י פויערים, װעלכ ע זײנע ן געקומע ן אויפ׳ ן ירי ד מי ט זע ק או ן העק, זײנע ן גע־ בליב ן אנטוישט ע או ן ז ײ זײנע ן זי ך צעפאר ן פו ן ירי ד מי ט לײדיק ע זעק.. . דע ם בעסט ן ״יריד ״ הא ט געהא ט דע ר פרים־ טא װ או ן דע ר איספראװניק.. . פא ר ז ײ אי ז דא ם שטעט ל געװע ן א ״מעלקנדיק ע קו״.. . או ן ע ם אי ז געװע ן אי ן זײער ע אינ־ טערעסן, א ז דא ס שטעט ל זא ל ניש ט פאגראמיר ט װערן.. . ב . אויסברו ך פו ן דע ר ערשטע ר װעלט־מלחמ ה

passage_9f601f0bce89ad36d1e95d92
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2670-3331

אין דער צײט, װען אין רוסלאנד איז די רעגירונג געװען פארנומען מיט די ײדן און האט אויף דעם אנגעשטרײנגט א׳־־ר גאנצע ענערגיע, — האט דײטשלאנד געװעב ט אירע מי־ ליטערישע פלענער אויף צו באהערשן דער װעלט, און איבער־ הויפט, רוםלאנד. פריער צי שפעטער, די זאך האט געמוזט געשען. דער ״סאראיעװער מארד״ פון עסטרײכישן קרוינ־ פרינץ איז געװען דער ערשטער פונק צו דער װעלט שרפה. דאס איז געשען אין יאר 1914, אין זומער. דער ארויסטריט פון עםטרײך קעגן סערביע האט געדינט אלם םיגנאל צו דער בלוטיקער דראמע. באלד, נאכדעם, האט זיך רוםלאנד מאביליזירט, און די װעלט האט אנגעהויבן אפגײן מיט בלוט . 79

passage_8a290e2d95f732366d9d4299