Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 86
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1187

82 דראהיטש׳ין װאםער. א גאנצן טאג טריקענ טמען ממש פון דארשט. עס באװײזן זיך אין שטאט קאזאקן און טשערקעםן, װעלכע לויפן אום װי די װילדע טיגערן. די קראמען זײנען שוין צוגעשלאסן. און װי נאר עס פאלט צו די נאכט ווערט דאס שטעטל אײנגעהילט אין א פינצטערניש. קײן פײער אין די הײזער ווערט נישט אנגעצונדן, כדי נישט צו ציען די אויפ־ מערקזאמקײט פון די קאזאקן און טשערקעםן. אײנמאל, אין אן אװנט, איז ארײנגעלאפן צו אונז אין הויז א מײדל פון דער שכנישער דוי מיט א געװײן, אז די קאזאקן רויבן בײ זײ. װען איך האב אויפגעמאכט די טיר ארויסצוגײן פון הויז, האב איך באמערקט װי צװײ טשער־ קעםן גײען גלײך צו מיר. איך האב גלײך צוגעמאכט די טיר. די פרויען האבן זיך דערװײל פארמאכט אין א באזונדערן צימער. װען זײ האבן געזען, אז די טיר איז צוגעשלאסן, האבן זײ אנגעפאנגע ן שטארק קלאפן. איך האב געזען אז ם׳איז שלעכט, זײ װעלן ארויםזעצן די טיר, האב איך געעפנט די טיר און ארויס אין דרויסן. זײ האבן מיר גע־ זידלט, געםטראשעט מיט די קינזשאלן, און אט, אט, װי איך זע, שטעכן זײ מיך. נאר צום גליק איז אנגעגאנען א פאליצײ־םטראזשניק און זײ אװעקגעפירט. 1

passage_72a3d8c28c3801a539078fa1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1189-2547

אל עמאלדאטן האבן געזאגט, אז דארט 1 ווו מען טרעפט אפ, מוז אלעס פארניכטן 1 װערן, דערום האבן מיר זיך מיאש געװען 1 פון אלעם. מיר האבן נאר געטראכט װעגן 1 לעבן און װאם מעגלעך איז צו ראטעװען פון 1 די מטלטלים. די װעגענער זײנען שוין גע־ שטאנען גרײט, און װי נאר מען װעט אנצינדן די שטאט, װעט מען זיך פארקלײבן הינטערן שטאט צו אונדזערע אקאפעם, װאם מיר האבן צוגעגרײט פון פריער. דער רוםישער שטאב האט זיך געפונען אין דראהיטשין. די קאזנאטשײםטװא פון אויעזד, האט זיך אויך געפונען אין דראהיטשין. די קריםטלעכעק באפעלקערונג איז עװאקואירט געװארן נאך רוםלאנד. די םקאטע (בהמות, פערד, חזרים), האט ׳מען בײ זיי צוגענומען פריער, און פון .קאזנאטשײסטװא .האבן זיי באקומען געלט. דער יידישער באפעלקערונג האט מען נישט גענײט צו פארלאזן די שטאט. װאם מ׳הא ט געקענט צונעמען האט מען צוגענומען, און װאם נישט, האט מען פארניכטעט. אזוי האט מען שוין פארניכטע ט דאס ספיר ט פון די ברײזער, ארוים־ לאזנדיק עס אין דער ערד. די רוסן האבן צוגענומען דאס גאנצע קופער און מעטאל, זיי האבן אויך געװאלט אװעקנע־ מען די בהמות, נאר עס איז שוין נישט געװען די מעגלעכקײט רערצו. דעם לעצטן דאנערשטאג (דאם איז געװען א װאד פאר ראש השנה), אינדערפרי, װען איך בין געגאנגע ן דאװנען, האב איך באמערקט װי א מחנה קאזאק ן רײטן ארײ ן אין שטאט.

passage_90bf6f77e2c91673059109c3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2549-3872

ארײנקומענדיק אין שטאט, זײנען זײ צוגעפארן צו די קראמען און גענומען אפרײסן די שלעסער און אויסלײדיקן די יתר הפליטה, װאס די אײגענטימער האבן נאך נישט אויס־ גערוימט. די קאזאקן האבן געטאן זײער זאך גאנץ רואיק, װי דאס װאלט געװען א גאנץ אײנפאכע באשעפטיקוגג. פארבײ־ גײענדיק מײן אפטײקךגעשעפט, האב איך באמערקט א מחנה סאלדאטן, װעלכע האבן זיך ארײנגעריםן אינעװײניק און ראבירן. צופעליק איז פארבײגעגאנען אן אפיציר, װעלכער האט צעטריבן די סאלדאטן און האט מיר געהײסן צוריק צושלים די טיר פון אפטײק. פארנאכט האט מען מיר אנגעזאגט אז מ׳ברעכט װידער די טיר פון מיץ אפטײק. איך בין אװעק אין דער באגלײ־ טונג פון א קאזאק׳ װעלכער איז גראדע געזעסן בײ מיר אין הויז און געװארט איך זאל אים מאכן פראשקעם. װען מיר האבן אויפגעמאכט די טיר, האבן מיר שוין דארטן גע־ טראפן א מחנה סאלדאטן, װעלכע האבן װידער איבערגע־ טרײסלט אלע שופלאדן און געשטופט אין די קעשענעס װאס זײ האבן געקראגן. דער קאזאק, מײן באגלײטער, האט דאס ניט געקענט צוזען און האט א געשרײ געגעבן צו דער חבר־ ״ארויס פון דאנען, איר װעט זיך דאך פארסמען, דאם איז דאך גיפט״: די ראבירער זײנען זיך צעלאפן און איך האב צוריק פארשלאסן די טיר. ה. דאס שטעטל כרענט דער שטאב האט זיך שוין ארויםגעקליבן פון דראהיטשין,

passage_2464c07be5949899410fe1d1
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3874-4420

די סאלדאטן האבן ניט איינמאל געזאג ט אז די נאכט װעט מען ברענען. דער עולם האט זיך שוין געגרײט צו דעם. װאם מיהאט געקענט פארגראבן, האט מען פארגראבן, און דאס איבעריקע פארפאקט אויף די װעגענער. אײניקע זײנען אפ־ געפארן נאך פינסק און אײניקע האבן זיך בלויז 6 ון שטאט ארויםגעקליבן. בײ אונדז איז אויך אלץ געװען פארפאק ט פון רעכטס: בערל לעכאװיצקי, איסר זלאטניק, משה קראװעץ, יעקב סידעראװ, א יאנאװער, דוב װארשאװסקי און יצחק קאהן (ניו־יארק) לעס דוד װארשאװסקי׳ס ■ הויז אין אויגוסט, 1932.

passage_3f8faea17f6fe486f9292630