84 דראהיטשין ־מיר מאנספארשוינען, האבן זיך ביםלעכװײז צוגעװ1ינט צו די קלעפ, און מיר האבן זיך געפונען אונטער דעם פרייען הימל. דער טאג איז אװעק. בײנאכט האט די קאנאנאדע פון ד־הארמאטן אויפגעהערט, נאר די פולעמיאטן האבן געקלאפט און עם האט זיך געשאט װי געפרוירענע קארטאפל. אבער דאס האט אונז שוין ניט באאונרואיקט. מיר זײנען געלעגן אונטערן פרייען הימל. פון צײט צו צײט פלעגט אונז בא־אונרואיקן דאס באװײזן זיך פון א קאזאק און װען ער פלעגט פארשװינדן, זײנען מיר געװארן רואיקער. אויף מארגן, שבת, האט זיך װידער איבערגע׳תזר׳ט די קאנאנען שיסערײ. בײטאג איז געגאנגען א שטארקער רעגן. אין די אק,אפע ס איז געװען אײנג און נאם. מיר האבן זיך דעריבער, ארײנגעקליבן אין א נאענטער הויז, װאס איז נצול געװארן פון פײער, און דארטן האבן מיר אויך גענעכטיקט. אין הויז איז געװען שרעקלעך אײנג, מיר זײנען געזעסן א גאנצע נאכט אויף דער ערד, צו לײגן זיך שלאפן איז געװען אוממעגלעך. אין דער נאכט האט מען אויך געהערט די פו־ פון לינקס: א. זלאטניק, לעא ן ט״קעלס (נױ־יארק), יאסעל בורשטײן, יאסעל ליבערמאן א.א. אויגוסט, 1932.
לעמיאטן שיסערײ. זונטאג איז אויך געװען א גרויס רעגן, אין די אקאפע ס איז געװען אונמעגלעך ארײנצוקומען. מיר זײנען געבליבן װײטער אין דעם הויז. א גאנצע נאכט האט ניט אויפגעהערט די קאנאנאדע. גאר באזונדערס איז געװארן גרוים אונדזער שרעק פארנאכט, װען די סנאראדן האבן זיך געטראגן אין דער ריכטונג פון דעם הויז, װו מיר זײנען גע- זעסן. אין גרויס בהלה האבן מיר פארלאזט דאס הויז און זיך געלאזט לויפן צו די אקאפעס. קוים מיט שרעק זײנען מיר, איך און מײן פרוי, צוגעלאפן צו די אקאפע ס און אויף די הענט האב איך געטראגן מײן אײן יאריקע טאכטער. די אקאפע ם זײנען שוין געװען אנגעפאקט פול׳ װי א שטײג מיט גענץ און האבן געהאט אן אויסזען װי לאנגע קברים, װו לע- בעדיקע נפשות זײנען פארגר^ן. מיט גרויס מ י האב איך זיך געמאכט אן ארט אין אק ^ פא ר מײן פרוי מיטן קינד און איך בין געשטאנען בײם ארײנגאנג אונטערבײגנדיק דעם קאפ. אינדרויסן איז שוין געװארן טונקל. די קאנאנאדע האט נישט געשטילט. די פראזשעקטארן האבן באלויכטן דעם
אומגעגאנגען און עס האבן זיך אויך אנגעהויבן צו ארבעטן די פולעמיאטן. ם׳האבן זיך געריסן גראנאטן איבער אונדזערע אקאפע׳ם און ס׳האט געדונערט און געבליצט. ס׳האט זיך גע־ דאכט װי א טאט, באלד, װעט זיך אײנברעכן דער אקאף און מיר װעלן דערשטיקט װערן. דער מאמענט איז געװען זײער א טרויעריקער. װעלן מיר ארוים לעבעדיקע פון אקאפ? — האבן מיר דאן געטראכט. ביסלעכװײז איז ארום אונדז געװארן שטילער. די גרא־ נאטן רײסן שוין פאראויס איבער די אקאפעס, און די פרא־ זשעקטארן באלויכטן שוין צו מזרח, אויף דער אנדערער זײט שטעטל, קענטיק, אז די רוםן זײנען שוין אפגעטראטן און דאם שטעטל איז שוין בײ די דײטשן אין די הענט, װארום װאם װײטער איז אלץ רואיקער געװארן ביז עס איז געװארן אינ־ גאנצן שטיל. דער עולװ איז זיך נאך אלץ געזעסן אין די אקאפעס. איך האב גענומען דאס שלאפנדע קינד אויף די הענט און מיט מײן פרוי האב איך זיך געלאזט גײן צו א נאענטע קלײן הײזל װאס איז געשטאנען דערבײ. אין דעם קלײן הײזל האב איך געטראפן ר׳ יאסל דעם דײץ פון שטעטל מיט זײן פרוי. דער דײץ האט זיך קײן ארט ניט געפונען. ער האט זיך געזעצט, געלײגט און אלעמאל געמוזט ארויםגײן אויפן גאס. ער איז געװען קראנק. אינדערפרי איז ער אויסגעגאנגען.. .
װען ס׳האט אנגעהויבן טאג און איך בין ארויס אויפן גאס, האב איך באמערקט װי א קליינער אטריאד רוסישע םאלדאטן האבן געשװינט, א ן געװער, געשפרײזט, קענטיק א ז זײ האבן זיך פארשפעטיקט און זײנען שוין אין נעץ. װען ס׳איז געװארן גוט ליכטיק און דער עולם איז ארויס פון די אקאפעם, זײנען אנגעקומען די דײטשן. ז. די דײטשן מארשירן ארײן קײן דראהיטשין דער שטורעם האט זיך אװעקגעטראגן אלץ װייטער און װײטער. און װי בײזע כװאליעס װאם צעשטערן און טראגן אװעק אלעס װאם זײ געפינען אויפן װעג, אזוי האבן זיך גע־ טראגן די מחנות דײטשע קאװאלעריע, פעכאטע און טויזנ־ טער אבאזן װאם האבן זיך צײטװײליק אפגעשטעלט אין שטעטל, און דאן איז געװען די צײט פאר די דײטשע רעק־ װיזיציעס. װאס זײ האבן נאר דערזען: א פערד, א בהמה און םת ם א גוטן חפץ, אלץ האבן זײ צוגענומען און אפטמאל ארויסגעגעבן א צעטל. אויפן װעג איז געװען צו באמערקן אזא טראגישן פאל: עם פארט א ייד, אויפן װאגן ליגן פעקלעך, אויף זײ זיצן קלײנע קינדער, די עלטערע גײען צופוס, גײען פארחלשטע, קױם װאס זײ באװעגען זיך: דאם קערט זיך אום א ײדישע פאמיליע אהײם נאכדעם װי דער דײטש איז שוין ארײן אין פינסק, און א ט אנטקעגן פארט א ן א דײטשע ר אטריאד און שרײט צום ײדן: /,ױדע, האלטי! ״ דער ײד שטעלט זיך אפ. א דײטש, א ן דבורים, שפאנט אויס דאם פערד. דער ײד, א פארצװײפלטער, פאלט צו זײנע פים, די גאנצע פאמיליע קלאגט