Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 98
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1395

94 דרא ה יטשי ז איז שוין געװען נאענט ; האט דער טויט זײ אװעקגעריסן אין זײערע בעסטע יארן. זײ זײנען געשטארבן פון פלעק ■ טיפוס. די עח^זטע — מיץ שװעסטער טויבע׳, באלד נאך פסח, 1919. אין דער זעלבער צײט בין איך און מײן ברודער דוד, הי״ד, געלעגן קראנק אויף דער זעלבער קראנקײט. װען איך בין אויפגעשטאנען האב איך זיך דערוװסט, אז מײן שװעסטער איז שוין ניטא. די קראנקײט האט אויך ניט אדורכ־ געלאזט מײן װײב און קינדער. נאכדעם איז מײן שװעגערין פרײדל קראנק געװארן און געשטארבן עטליכע טעג פאר שבועות. דעם זעלבן זומער איז אויך געשטארבן פון פלעק־ טיפוס מײן טײערער און אונפארגעסלעכער חבר יעקב סידאראװ. תנצב״ה. ] סוף כל סוף איז געקומען די לאנג־דעתוארטעטע הילף פון.^::;עריקע; פון אנהויב דורך דעם דזשאינט, װעלכער האט געשיקט שפײז, קלײדער, און אויך געעפנט קיכן צו שפיקln די קינדער. לסוף האבן אנגעהויבן אראפקומען דעלעגאטן פ^ן די לאנדסמאנשאפטן, װאס האבן געבראכט געלט פאר פיל פאמיליעס געשיקט פון זײערע קרובים אין אמעריקע, באזונדערס, פון מענער צו זײערע פרויען. אליהו איהענ־ שטיק פון שיקאגע, האט צװײ מאל געבראכט סומעס געלט, געשיקט מיט אים דורך די קרובים אין אמעריקע. דורך דעם זײנען פיל פאמיליעס געראטעװעט געװארן פון הונגער און געקראגן די מעגלעכקײט אויסצװאנדערן קײן אמעריקע. יח. די פאליאקן לויפן צוריק — אץ שטעטל איז חורכן

passage_48b127406c64e5ebd9f5ec77
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1397-2698

אין זומער, 1920, האבן זיך אנגעהויבן טראגן קלאנגען, אז די באלשעװיקעס שטויסן די פאליאקן צוריק. מען האט דאס געקענט באמערקן אין דער האלטונג פון די פאליאקן, װעלכע האבן געהאט פ;.רלארן זײער אראגאנץ און אנגעצויגענ גאוה. ניט לאנג װארטנדיק האבן זיך באװיזן אין שטעטל די אפטרעטנדיקע פוילישע מיליטער, װעלכע זײנען געלאפן צו װארשע. די צױוילע אדמיניסטראציע .האט שוין געהאט פארלאזן דראהיטשין און די קאנטראל האט איבערגענומען די פוילישע מיליטערישע מאכט, װעלכע האט געקענט טאן מיט יעדן אײנעם װאס זי װיל. די פאליאקן והאבן געשלעפט די יידן אויף צװאנג־ארבעט, זײ האבן גערויבט און צוגעטמען די פערד, בהמות, שטוב־הפצים, אלץ, װאם ם׳איז זײ געקומען צום האנט. מען האט אין דער גיך גענומען פארגראבן די װערטפולע זאכן אין דער ערד, .און די מענער זײנען אנטלאפן אין די װעלדער. אין די הײמען זײנען געװען פארבליבן בלויז די פרויען מיט די קליינע קינדער. נאך יעדע אפטרעטנדיקער מיליטערישער אפטײ־ לוע זײנען נאכגעפארן גרויסע אבאזן מיט אמוניצע. זײ פלעגן זיך אפשטעלן אין שטאט און װי געניטע רויבער, פלעגן זיך די פאליאקן ארויסלאזן איבער די גערטנער און זײ פלעגן מיט שפיזן זוכן אין דער ערד, װו די יידן האבן געהאט פארגראבן זײערע פארמעגנס און אלץ צונעמען. איך האב

passage_2b229a8760eb3641bc8d3f76
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2700-3589

אויך געהאט פארגראבן מײן גאנצע האב־ון גוטם אין גארטן פון מײן ברודער דוד. אין א פרי־מארגן האב איך געפונען די גרוב ליידיק. די פאליאקן האבן אלץ צוגערויבט... איבער־ נאכט זײגענ מיר געװארן הײל און נאקעט, װי די מאמע האט אונז געהאט. מיט יעדן טאג האט זיך די לאגע פארערגערט. דאס הויז װו מיר האבן געװוינט איז געװען זיכערער װי אין ערגעץ אנדערש. דארט איז געװען א בעקערײ און די סאלדאטן, װאס האבן דארט געבאקן זײער ברויט זײנען געװען א שטיקל שמירע קעגן די רויבער. אויך זײנען אין יענעם געסל, בײ חײקעל מילנער און בײ ישראל אליעזר כארסעל, אײנגע־ שטאנען אפיצירן, דאך האט מען גאנצע טעג געליגן באהאלטן אויף דעם װיאן. נאר פון צײט צו צײט פלעגט מען זיך ארײנ־ גנב׳נען אין הויז א קוק טאן, װאס די פאמיליע מאכט און צוריק אנטלויפן, װײל די פאליאקן פלעגן די מענער פאר־ שלעפן מיט זיך.

passage_7232467701066a2b94f37e99
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3591-4430

די לעצטע נאכט, איידער די פאליאקן האבן פארלאזן דרא־ היטשין, איז די סכנה גאר געווען גרויס. קיינער פון די מענער האט ניט גענעטיקט אין די היתער. פאר רויבן האט מען שוין ניט אזוי מורא געהאט, ווייל די פאליאקן האבן שוין געהאט אלץ אויסגערויבט. עס איז פשוט געווען א סכנת נפשות. איך האב, דעריבער, מיט א שווער הארץ, איבערגע־ לאזט מיין פרוי און קינדער און האב זיך אויסבאהאלטן ערגעץ אין א שטאל; ■ דאס גאנצע שטעטל האט אויסגעקוקט ווי א ״בית־עולם״, איינגעhילט אין פינצטערניש. אלע מאל ווערט פלוצלונג ליכטיק אין א הויז. עס הערן זיך געװאלדן; ״ראטעװעט!״. אבער, אומזיסט, קיינער קומט ניט צו הילף. יעדע וויילע טראגן זיך, אין דער שטילקייט פון דער נאכט, הארצרייסנדיקע פארצװײפלטע געשרײען, אבער די פוילישע רויבער באנדעס גייען אן מיט זייערע גװאלד־טאטן אונגע־ שטערט.

passage_d6a5f113924bcba635127b7d
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4432-5326

װען עס איז טאג געװארן האב איך זיך דערשלאגן אהײם. איך האב זיך דערװוסט, אז די רויבער זײגן אויך געװען אין מײן הויז. אבער זײ זײנען געבליבן אנטוישט, װען זײ האבן גארניט געפונען װאם צו נעמען. זײ האבן זיך געזידלט און געשריען. לםוף האבן זײ ארויפגעװארפן די קישענס אויף די קינדער און האבן זיך אפגעטראגן. איך האב דאן געדאנקט גאט װאם מיר זײנען אפגעקומען מיט שרעק. שפעטער האבן מיר זיך דערװומט פון דעם חורבן, װאם די רויבערישע פאליאקן האבן אפגעטאן אין שטעטל: זײ האבן גערויבט און געשלאגן אזן דאס ערגסטע — זײ האבן פיל ײדישע יונגע װײבלעך און מײדלעך געשענדעט און פאר ־ אומגליקלעכט.. . יט . דאס ארײנקומען פון די גאלשעװיקעס נאך דעם אלעמען, װאס מיר האבן זיך אנגעליטן פון די פאליאקן, איז פארשטענדלעך, אז יעדער אײנער איז געװען צופרידן, װאם מען איז פון זײ פטור געװארן. דעם זעלבן טאג

passage_26f40bd829261a81a89da9e4