Kehilot/Łódź
Library
Place · resort

Glazer's Resort

גלאַזערס רעסאָרט

A resort associated with the children's educational institution and theatre.

Page 121HIGH confidence
Learn more with AI

Read more about Glazer's Resort than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Glazer's Resort
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
2
Primary source passage
Source OCR · scan 125 · printed page 121
Open exact passage
אין זומער 1943, שוין נאָך דעם וי דער גרעסטער טייל פון יידישע קינדער זענען אַרױסגעריסן געװאָרן פונעם געטאָ, האָט אַ יונגער פּעדאַנאָג מיטן נאָמען מאַרקיעװויטש ז"ל, נע- גרינדעט כמעט אויף אייגענער האַנט אַ קינדער-דערציאונגס- אַנשטאַלט אין דעם באַקלײדונגס-רעסאָרט אויף דװאָרסקע 0, וואָס איז געווען באַקאַנט וי גלאַזערס רעסאָרט. היות ס'איז נישט מענלעך געווען אזא אַנשטאַלט אויפצוהאַלטן סתם וי אַ שולע, האָט מאַרקיעוויטש צוזאַמען מיט זיין פרוי פאַר- לייגט אַ , טעאַטער פון קינדער פאַר קינדער" ביים שניידער- רעסאָרט. צום לויב פון דעם פֿארבריקס-לייטער נלאַזער און לויט זיינע מעגלעכקייטן, האָט ער אַפילו די טעטיקייט שטילער- הייט אונטערשטיצט. אויפן סמך פון זיינע רעכט אַלס לייטער האָבן די קינדער ואָס זענען געקומען נאָך די אַרבעטס-שעהן אין די רעסאָרטס-צימערן, באַקומען צויי-דריי מאָל אַ ואָך א צוגאָב-זופּ. אין דער אַרבעט פון דעם קינדער-טעאַטער האָבן זיך באַטײליקט, לויט וי כ'געדענק נאָך, דער מוזיקער דוד ביינעלמאַן ע"ה, שמעון יאַנאָווסקי ע"ה, משה ויינבערג ע"ה, שלום שװאַרץ ע"ה און, יבדלו לחיים, די שרייבערין שבע גלאָס-װינער, א. ציקערט און שמאי ראָזענבלום. ליירער גע- דענק איך מער נישט דעם נאָמען פון דער באַגאַבטער טענצע-
Source passage 2
Source OCR · scan 213 · printed page 209
Open exact passage
פארגעדענק פאר אלץ דורות מיט א באזונדער געדענקעניש די קינדער װאָס זענען געבוירן געװאָרן, נאָר כדי אָנצופילן די גרויליקע צאָל אויף וועלכע ס'איז געפאַלן די האַק פון דיין עקידה. זאָל קײינמאָל נישט צוגעדעקט ווערן דער תהום פון צער פון די הונדערטער און טויזנטער קינדער, װאָס -- אָנשטאָט צו זיין תינוקות של בית רבן, האָבן זיי אויסגעברענט וי פארדאַרטע ליכטעלעך זייערע צוגעציילטע טעג אין די שמידערייען פון לאַגעווניצקע גאָס, אין דער נענל-פאַבריק פון פּוצקא, אין , שואַכשטראָם* רעסאָרט ביים ווינקל פון געטאָ אויף דער גרענעץ פראַנצישקאַנער און סמאָגאָװע. די קינדערלעך פון גלאַזערס רעסאָרט, װאָס זענען געקומען מיד און הונגעריק כדי צו לערנען דעם יידישן אות און דאָס יידישע װאָרט איבער וועלכן דו האָסט שוין פריעראויס געהאַט געזאָגט, אז ס'זאָל זיי מיטבאַגלײטן צו די טויטן-וועגענער פון כעלמנאָ און די טויערן פון די בירקענאַוער גאַזדקאַמערן. מיט זיי צוזאמען פארטמיליק נישט דעם אָנדענק פון אלע אנדערע קינדער פון אונדזער היים-שטאָט װאָס זענען געבוירן געװאָרן, געגאַנגען מיט אונדז אין דעם גרויסן שאָטןךטאָל פון ליצמאַנשטאַט-געטאָ און פון דאָרט מיט אונדז ניט ארויסגעקומען. פאר זיי, אַ גאָט גיב דיין חתימה פאר אלע קומענדיקע דורות, ווייל זיי האָבן נישט באַװיזן צו לאָזן זייער חתימה אין בוך פון לעבן פאר די װאָס װועלן נאָכקומען.
Connected nodes
Associated events