Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 138
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-906

134 מ, ביאַלקאַװער -- דאָס קולטורילעבן אין לאָרזשער געטאָ עס האָבן אויך עקזיסטירט א גאַנצע רייע קלענערע כאָרן. דאָס ביס? נעזאַנג און מוזיק פלעגט הויבן די שטימונג און דערװואַרעמען די געפּײיניקטע געטאָ איינוווינער. ביבליאָטעקן אין די דעמאָלסטיקע געטאָ-באַדינגונגען איז דאָס לייענען ביכער אָפּטמאָל געווען דאָס איינציקע מיטל צו פארטרייבן פון זיך אויף א קורצער צייט די דערדריקנרע שטימונג. מען פלעגט לייענען עטלעכע ביכער א וװאָך. די איינציק געבליבענע לי-ביבליאָטעק אין נעטאָ פון זאָנענבערג האָט פארמאָגט 7800 בענדער מיט 4000 סטאַבילע לייענער, די ביבליאָטעק פון אָטעלסבערג האָט נעציילט 2000 ביכער מיט 2000 אַבאָנענטן,. אויסער זיי האָבן נאָך עקזיס- טירט א רייע קלענערע ביבליאָטעקן. דער הונגער נאָכן נע- דרוקטן װאָרט איז געווען אזוי גרויס, אז ביי דער זאָנענבערג ביבליאָטעק האָבן זיך געשאַפן לאַנגע רייען. טעאטער אמבולטסטן האָט זיך אָבער דאָס גייסטיקע לעבן מאַנני פעסטירט דורך טעאַטער און ליטעראטור-שאַפונגען.

passage_8e336e7c3efc1ea5b9b92fc8
Passage 2normalized OCR · source chars 908-2028

דאָס טעאַטער אין געטאָ האָט געטראָגן א קליין-קונסט כאַראַקטער און אויסגעפירט נאָר רעוויעס. א גרויסן טייל פון די דאָזיקע רעוויעס האָבן פארנומען פקעטשן איף געטאָ- טעמעס און סאַטירישע נומערן, װוּ מען האָט אָפּגעלאכט (אויף וויפיל רומקאָווסקיס צענזור האָט דערלויבט) פון די געטאָ-גדולים און זייערע אויפפירוננען. אזוי ארום האָט דאָס דאָזיקע טעאַטער אויך אויסנעפירט אַ סאַציאַלע און געזעל- שאַפטלעכע פונקציע. טעקסטן האָבן געשריבן: ש. יאַנאָווסקי, י. זעליקאָװויטש, א. יאָאַכימאָװיטש און מ. װאָלמאַן. א חוץ סאַטירע און פּאַראָדיעס האָט מען אויך אויסגע- פירט אינסצעניזאַציעס פון שלום-עליכם, מאַנגער, בראָדערזאָן, לוצקי, נאַדיר, פּרץ א"א. אויף די דאָזיקע פאָרשטעלוננען האָט מען זיך וידער דערמאַנט, אזן מען געהערט צו א גרויס קולטור-פאָלק און טראָץ די דייטשע דערנירערונגען און די אַנטמענטשונג שטייט מען פי? העכער פון דעם פאָלק פון די מערדער. צוערשט האָט זיך ארגאניזירט דאָס רעוויע טעאטער ,אַװאַנגארד", געשאַפן דורך דעם אמאָליקן ארטיסט פון ,אררט" משה פּולאַװער. ער האָט צונעגרייט א קליין-קונסט- פּראָגראַם און סקעטשן מיט מוזיק פון דוד ביינעלמאַן און הערץ רובין,. די ערשטע פאָרשטעלוננען זענען פאָרגעקומען אויף פראַנצישקאַנער גאָס 00,

passage_d52fe43a64e13ff8ada8d5aa
Passage 3normalized OCR · source chars 2030-2911

די ערשטע גרויסע טעאטער-אימפּרעזע איז שוין פאָר- געקומען אין אָקטאָבער 1940 אין דעם גרויסן זאַל אויף קראַ- וויעצקא נאָס, א חוץ דער ,אַװאַנגאַרד"גרופּע האָבן אָנטייל- גענומען דער , הזמיר"-כאָר און דער פילהאַרמאָנישער אָרקעס- טער,. די דאָזיקע אימפּרעזע איז דורכן , בונד" פאַרװאַנדלט נעװאָרן אין א פּאָליטישער דעמאָנסטראציע און רומקאָווסקי --- אויפגערעגט צוליב דעם, האָט צייטוייליק פאַרבאָטן ויי- טערדיקע פאָרשטעלונגען. די דאָזיקע טעאַטערגרופּע איז באַ- שטאַנען פון 18 פּערזאָן מיט אן אייגענעם כאָר און א טאַנץ- גרופּע. די דעקאָראַציעס האָט געמאָלן פּנחס שוארץ. דאָס טעאַטער האָט שפּעטער געשפּילט אין זאָל אויף קראַװיעצקאַ 3. אויף איינער פון די פאָרשטעלונגען האָט מען געזוננען א טראַ- גיש געטאָ-ליד פון ישעיהו שפּינעל , מאַך צו די אייגעלעך". דאָס האָט גװאַלדיק דערצאָרנט רומקאָווסקין און ער האָט געדראָט שפּינלען מיט קאָנסעקװענצן. פארשטייט זיך, אז דאָס ליד האָט מען מער נישט געזוננען.

passage_fd70e0fe1528b48c61439a20
Passage 4normalized OCR · source chars 2913-3861

נאָך די גרויסע דעפּאָרטאַציעס פון ווינטער 1942 האָט זיך אָפּנעשטעלט יעדע קולטור-טעטיקייט. מענטשן האָבן זיך ארומנעדרייט געשװאָלענע פון הונגער און קעלט און קיינעם אין נישט נעלעגן אין קאָפּ צו הערן מוזיק אָדער גיין אין טעאטער, אמת, וי נאָר עס איז געװאָרן װאַרעמער און די אויסזידלונגען האָבן זיך אָפּנעשטעלט האָט ווידער אָנגעהויבן שפּראָצן דאָס קולטור-לעבן. עס איז ווידער געווען דער זעלבסט- פארטיידיקונג איסטינקט, װאָס האָט גענומען זיך אדורכרייסן דורך די פאַרשטײנערטע געמיטער. אזוי האָט זיך אָנגעהויבן ווידער אין מאי 1942 די טע- טיקייט פון פילהאַרמאָנישן אָרקעסטער און אזוי האָם אויך ווידער אָנגעהויבן צו שפּילן דאָס טעאַטער. ווען דער זאָל אויף קראַװיעצקאַ איזן פארװאַנדלט גע- װאָרן אין אַן ארבעט-רעסאָרט, -- נאָך דער ,שפּערע", -- האָבן זיך די טעאַטער פאָרשטעלונגען איבערגעטראָגן אין די ארבעטס-רעסאָרטן, ארום 70:000 פּערזאָן האָבן באַזוכט, דורך די אלע יאָרן, די טעאַטער פאָרשטעלוננען און געפונען דאָרט א געוויסע אַנטשפּאַנונג פון דעם טרויעריקן ארום,

passage_7f625a9c9f10de3672fcda2a
Passage 5normalized OCR · source chars 3863-4940

א קורצע צייט האָט דער מאָלער יצחק ברוינער אָנגעפירט מיט א מאַריאָנעטן טעאַטער מיטן נאָמען ,חדיגדיא". דאָס מאַריאָנעטן-טעאַטער האָט געגעבן פּאַראָדיעס אויף די געטאָ- אָנפירערס און האָט דעריבער לאַנג נישט אָנגעהאַלטן. די געטאָ-פּני האָבן שוין געזאָרנט, אז די פאָרשטעלונגען זאָלן ווערן אָפּנעשטעלט. ליטעראַרישט שאַפונגען די וויכטיקסטע קולטור-טעטיקייט האָט זיך מאַניפעסטירט דורך די ליטערארישע שאַפונגען. געשריבן האָט מען אין געטאָ א סך: לידער, דערציילונגען, טאָג-ביכער, רעפּאָרטאַזשן א חוץ סקעטשן און פּאַראָדיעס. | עס זענען טעטיק געווען צווישן 40--80 שרייבער אין יענעם פּעריאָד, א טיי? פון די שאַפונגען האָט זיך אָפּגעפונען נאָך דער מלחמה און אַ נאַנצע רייע זענען איבערגעזעצט גע- װאָרן אויף אַנדערע שפּראכן און אינסצעניזירט געװאָרן פארן טעאַטער און ראַדיאָ, װי שפּיגעל'ס ,א הונט אין געטאָ? און בריקס א , קאַץ אין געטאָ?. א נאָר גרויסן קינסטלערישן ווערט האָבן די פּאָעמען פון דעם אומגעקומענעם שרייבער שאיעוויטש ,לך לך" און ,, פרילינג תשיך". די אלע שרייבער האָבן געפילט די פאַראַנטװאָרטלעכקײט װאָס די צייט האָט אויף זיי ארוים- געלייגט און איבערנעלאָזט פאר די קומענדיקע דורות דאָס

passage_9ab8115c67beff098042557b