| יידיש לאָדוש 1521 יא טי ייא שטעט איהו אטא יע יו יי געװאָרן דעם טראַנישן אמת. אין דעם מאָמענט אוודאי ברע- נען דאָרט אין די רויכערנדיקע קוימענס מיין מוטער און מיין גאַנצע משפּחה. אונדזער באַראַק איז נר, 29. מיר זענען 800 פרויען אין איין באַראַק. מיר מוזן זיצן מיט פארנאנדערנענומענע פיס, כדי צו קענען נעפינען אַן אָרט פאַר אַלעמען. אין טואַלעט גייען מיר נרופּנװייז צו 80-20. אויך ביי די טואַלעטן באַפאַלן די דייטשן און שלאָגן מערדערלעך. פּלוצלינג לויפט אָן א בלאָ- קאָווע, שלאָגט אלעמען און שרייט: , מיינע עלטערן זענען פאר- ברענט געװאָרן. מעגט איר אויך ברענען. עטלעכע מאָל אין זי שוין אַנטלאָפן, ביים פירן זי אין קרעמאַטאָריע. זי איז אריין אין אַ קאַנאַל, אָבער הינט האָבן זי דערשמעקט. זי איז געווען נישט נאָרמאַל, זי לאַכט און וויינט און רעדט נאָר ווענן קרע- מאַטאָריע. די דייטשן האָבן זי נאָכן דריטן מאָל כאַפּן, נעמאַכט פאר א , בלאָקאָווע".
איך זיץ אין מיינע צרות. אָבער מען קען נישט בלייבן גלייכגילטיק צו דעם אלעם, װאָס עס קומט פאָר ארום. פּלוצ- לינג דערהער איך א נעשריי פון א נאַצי. ער רעדט צו א יינגעלע פון 19 יאָר, נלעט אים און פאָדערט ער זאָל גיין מיט אים. דאָס יינג? שמייכלט, נייט אים נאָך, אָבער אין מיטן וועג פּרו- בירט ער אַנטלויפן, א קוי? אין קאָפּ פארענדיקט דאָס לעבן פון קינד. די מוטער האָט אריינגעשמונלט דאָס קינד און די , בלאָקאָווע" האָט דאָס געמאָלדן די דייטשן. ביינאַכט האָט די מאַמע אוממענטשלעך געשריען. די , בלאָקאָווע", א טשעכיש- יירישע פרוי, האָט נעשלאָנן די מאַמע מיט א ברעט, שרייענ- דיק דערביי: , האָט נישט קיין זאָרג, איר וועט אלע ניין צו גאָט דורכן קוימען!"
שוין דריי ואָכן אין אוישוויץ. מען סאַרטירט אונדז אװועקצופאָרן אויף ארבעט. א פרוי פון סאָסנאָוויץ פירט אונדז צוריק פון ארבעטס-אמט. זי האָט געגעבן דעם ריטם צו ציילן, זי װויל װאָס שנעלער זיין ווייט פון די נאַציס. זי זאָגט, אז מיר זענען גליקלעכע, װאָס מיר פאָרן אוועק. זי בעט אונדז, אז אויב מיר וועלן בלייבן לעבן זאָלן מיר דערציילן וועגן די פּיינען און ליידן, װי אויך ווענגן אויפשטאַנד, וועגן דער געהיימער ראדיאָ- סטאַציע, ווענן דעם, אז דייטשן זענען פארברענט געװאָרן אין אויוון, וויי? די קאַצעטלער האָבן זיי אריינגעשטופּט. זי האָט דאָס געזאָנט אין איין אָטעם און ווידער אָנגעהויבן ציילן דעם ריטם. מיר זענען געשטאַנען אין צוויי רייען ביי א געמויערטער געביידע, װאָס האָט אויסגעזען אַנדערש וי די באַראַקן. דאָס איז געווען אַ קרעמאַטאָריע. צו די עלעקטרישע דראָטן זענען פאָרזיכטיק צוגעקומען לאָדזשער פרויען און געזוכט באַקאַנטע, וי אויך זיך געטיילט מיטן לעצטן ביסן.
ווען מיר האָבן זיך דערװוּסט, אז דאָס אין א קרעמאַ- טאָריע האָט דער געדאַנק אויפגעהערט ארבעטן. מיר האָבן פאר- לוירן דעם אָטעם. איך האָבן געכאַפּט מיין שוועסטער און אוועק אין אן אנדערער ריי. פון יענער זייט ווידער איז מען געלאָפן צו אונדזער ריי. ענדלעך האָבן מיר איינגעזען דעם אומזין און געבליבן יעדערע אויף זיין פּלאַץ. א נאַנצע נאַכט זענען מיר געשטאַנען און געשוויגן. וועגן אַנטלופן איז קיין רייר נישט געווען. עס איז כאָטש גוט געוען, װאָס מיר זענען געווען וי אונטער אַ נאַרקאָז. אַלע טרערן זענען אויסגעטריקנט געװאָרן. די קאַלטע נאַכט האָט אונדז געמאַכט נאָך מער גליווערן. יעדע מינוט איז געווען אַן אייביקייט. די װונדן פון יענער נאַכט ראָבן זיך ביי מיר ביז היינט נישט אויסגעהיילט. אין דער פרי קלויבט מען אֶפּ א טייל. װוּהין ווייסט מען נישט. מען גיט אונדז מיט אויפן וועג עפּעס עסן. ביים טיילן די פּאָרציעס דערזע איך פּלוצלינג די מערדערין אירמע גרעזער. דאָס עסן פאַלט מיר ארויס פון די הענט. זי באַמערקט דאָס און קריצט מיט די ציין: ,אַ שאָד, װאָס דו פאָרסט פון דאַנען אַװעק!". מיין גליק איז געווען, װאָס איך בין שוין געוען צווישן די נגעציילטע. דער װאַנאָן װאַרט אויף אונדז, דער ואַכ- מאַן שמייכלט: , אירמא האָט דיך דערשראָקן. אָבער ניכטס, די ביסט באשטימט צו ארבעט".
אָנגעקומען אין קאָנצענטראַציע-לאַגער ,װאַלדערלוסט" ביי האַנאָווער. דער קויפער פון די לאָדזשער שקלאפן װאַרט אונדז אֶפּ. ער זאָנט אונדז צו לייכטע ארבעט און גוט צו עסן, דער ארום זעט אויס וי א קור-אָרט --- שיינע וועלדער ארום. די דאָזיקע שיינע וועלדער דארפן מיר קאָרטשען, גראָבן ערר אויף פונדאמענטן. מיר בויען שווים-באסיינען, מיר טוען אויך די שאָסיי-ארבעט און מיר שלעפּן מיט די לעצטע כוחות די מאטעריאלן צו דער בווי-ארבעט. מיט איין װאָרט: אמתע שקלאַפן-ארבעט, דאָרט איז געווען א זאַלצנרוב, אין וועלכער ס'איז געווען א פאַרמאַסקירטע אַמוניציע-פאבריק. מיט א ווינרע האָט מען געדאַרפט אראָפּפאָרן א 27 מינוט. דאָרט האָבן געארבעט מע- נער. אלע האָבן געהאַט נעלע פּנימער, הויט און ביין. דאָס אָרט, וו די פאבריק איז געווען, האָט געהייסן , האָך און טיף". צו דער ארבעט אין מע! גענאַנגען 9 קילאַמעטער און צוריק דעם זעלבן וועג.
דער לאַגער-פירער רעדעהאוזער רעדט נישט, נאָר ער שלאָגט. ער רופט אָן זיין שפּיצװוט --- דאָלמעטשער. מיר הייסן ביי אים רעבעקא אָדער מיסטבין. ביי אים שטאַרבט מען נישט, ווייל ער טוישט יעדע צוויי ואָכן מענטשן פון בעלזען-לאַנער. זיין בעסט פארגעניגן איז טרעטן מיט די שטיוול א פרוי און מאַכן זי פאַר א קריפּ?, געניע קאלעכמאן פון לאָדזש איז געלעגן אין דער קראנקען שטובע מיט מיר גאַנצע דריי טעג אָן בא- וװווּסטזיין. דער מערדער איז געקומען און איר געויזן אויף וועלכן בוים ער װעט זי העננען. זי איִזן קראַנקערהייט ארויס צו דער ארבעט, ביי דער אַרבעט האָב איך צעקוועטשט דריי פינגער פון דער רעכטער האַנט. די אויפזעערין האָט מיך צוריקגעפירט אין לֿאַגער. דאָס האָט דערזען דער לאַגער-פירער דורכן פענצטער. ער איזן ארויס מיט א שפּיצרוט אין האַנט מיך אָפּװאַרטן. די נאַציכע האָט געמאָלדן װאָס עס איז געשען. ער האָט גע" נומען שרייען: , סאַבאָטאַזש! פרעסן און ניכט ארבעטן!" און ער האָט באַפױלן; , אָפּשנײידן די פינגער!" די װאַך האָט מיך גענומען פארטיידיקן און געקלונגען נאָך אן אויטאַ מיך אוועק" צופירן. קיין אױטאָס זענען שוין נישט געווען, ווייל מען האָט אלע רעקוויזירט צו דער פארטיידיקוננ פון בערלין. א נאַצי