Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 159
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-873

יצחק אײינהאָרן --- צוליב ככוד אב ואם פפו זענען אפילו געקומען פּוילישע קונים פון קראָקע. א גוטער מסחר און דער עיקר -- א כשרער, דאָס האָט אָנגעהאַלטן ביי מיר אזוי ביז יום כיפּור 1942. פון דער דאַטע הייבט זיך אָן די מאַסן-ליקװידאַציע פון די יידן אין טשענסטאָכאָוו. יערדן טאָג האָט מען ארויסגעפירט 8.000 מענטשן. אן ערך פון 83.000 יידן זענען אין דער אַקציע אומ- געקומען. נאָכן ערשטן טאָנ פון דער אַקציע האָבן די דייטשן געמאַכט אן איבעררייס אין דער שפּערע. איך בין ארויס אין נאָס אַ קוק טאָן װוי עס זעט אויס. איך האָב באַמערקט וי דריי יונגעלייט שטופּן א וועגעלע מיט זאַכן. זיי האָבן מיר דערקלערט, אז זיי רוימען אויס די הייזער און פירן אלץ איבער אין דער אייזן-פאבריק :מעטאַלורגיע". איך האָב זיך פאראייניקט מיט די דריי און צוזאמען ספיט זיי זיך אריינ- באקומען אין דער פאבריק. דאָרט האָב איך דורך געלט און ביי דער מיטהילף פון דער ייד, פּאָליציי אריבערגענומען מיין פרוי און משפּחה.

passage_6ed0e18cd26963966c8f6d0e
Passage 2normalized OCR · source chars 875-1850

די ערשטע גרויסע טראַנעדיע האָבן מיר געהאַט מיט אונדזערע עלטערן. זיי זענען געווען אין הויכן עלטער, זייער הילפלאָז און זיי האָבן גענלויבט אין מיר, אז איך על קענען זיי אויפהאַלטן ביים לעבן. ווען איך בין געווען אין לאָדזש, איז ארויס א פאראַרדענונג, אז די אלע װאָס ווילן פארלענגערן זייערע אויסלענדישע פּעסער און באקומען ארויספאָר-דערלוי- בענישן מוזן זיך מעלדן אוֹיף קילינסקענאָ 182, אין דער פּאַליציי. דאָס איז געווען דעם 3טן נאָוועמבער 1999. דאָרט האָב איך געטראָפן אשר קאָן, ד"ר ברוידע און אנדערע חשובע לייט, באַצאָלט צו 8 מאַרק פאַר פאַרלענגערן די גילטיקייט פון פּאַס און צו 8 מאַרק פאר א דערלויבעניש ארויסצופאָרן, בין איך מיט ביידע פּעסער (מיינער און מיין פרויס) אוועק זוכן א וויזע. אויף פּיעטריקאָװער 279 איז געווען א נריכישער קאָנ- סול, װאָס האָטס פאר 8.000 מאַרק נעגעבן א ויזע. איך בין אוועק צו אים, געבראכט צו אים פאַטאָנראַפיעס און מיט מזל די וויזעס באַקומען. דעם איסלענדישן פּאַס האָב איך בעתן אויסברוך פון דער מלחמה נעהאַט, וייל איך פלענ יעדעס יאר פאָרן קיין אויסלאנר.

passage_645674634c60cd2f3b387712
Passage 3normalized OCR · source chars 1852-2802

זייענדיק אין טשענסטאָכאָוו האָבן מיר, איך און פיין פרוי, באַשלאָסן אװעקצופאָרן מיט דער הילף פון די וויזעס. מיר זענען שוין געווען נרייט און אװעק זיך געזעגענען מיט די עלטערן. צוערשט זענען מיר ארויף צו מיינע עלטערן. מיין מוטער האָט באַלד ספּאַזמירט. זי האָט געגלויבט, אז איך װועל איר פארשאַפן שוץ אין דער שווערער צייט און געזען אין מיין אװעקפאָרן, אז איך שטע? זיי אויס אויף הפקר. די זעלבע סצענע האָט זיך איבערגעחזרט ווען מיר זענען ארויף צו מיין שווינער, די אלמנה, זיך געזעגענען. אין געטאָ אין געווען א שמועס און אן איבערצייגונג, אז די דייטשן װועלן שאַנעווען די מענטשן צװישן 16 און 39 יאָר, די ארבעטס-פעאיקע. קינ- דער און עלטערע זענען פארמשפּט אויף טויט. מיר האָבן געװאָלט איבערלאָזן זייער א סך געלט די עלטערן, אָבער זיי האָבן דווקא געװאָלט אונדז. נעזען אזוי, האָבן מיר ביידע באַשלאָסן צו רעזיגנירן פון פאָרן, הנם מיר האָבן נישט געזען דרי מעגלעכקייט עפּעס וויכ- טיקס צו טאָן פאַר די עלטערן. אָבער כיבוד אב ואם איז פאָרט שטאַרקער פון אלֶע אויסרעכענונגען.

passage_2b6fa4257f172229bee27169
Passage 4normalized OCR · source chars 2804-3769

נאָך דער גרויסער אַקציע האָבן מיר באַשלאָסן באַהאַלטן טאַטע-מאַמע. מיין ברודער האָט אויסגערייניקט א מיסטקאַסטן און אונטער דעם איינגעאָרדנט א בונקער אין וועלכן עס זענען געלעגן מיינע עלטערן און די באלעבאטים פון זייער וווינונג. דער ברודער האָט אויך זיי באַזאָרגט עסן און וואסער, שפּע- טער האָט דער ברודער נישט געהאט אזוי אָפט קיין צוטריט און דאָס לעבן אין בונקער איז דאן געװאָרן גאָר שווער. חוץ דעם האָט די מאַמע געטענהעט, אז אויב יצחק (איך) קומט זי נישט באַזוכן, װוי? זי נישט לעבן. זי איז ארויס אויפן נאָס מיטן טאַטן אינאיינעם און א זשאַנדאַרם, שלאָסער אין זיין נאָמען, האָט זיי דערשאָסן. זיי זענען באַנראָבן געװאָרן צוזא- מען מיט נאָך 1,400 יידן אויף דער קאוויע נאָס. דאָס האָט מיר שפּעטער דערציילט דער קברן. דערנאָך איז געקומען פאר מיר דער צוייטער גרויסער קלאַפּ. פון , מעטאַלורגיע", װוּ די איבערנעבליבענע יידן האָבן זיך פארזאַמלט, האָט מען צעשיקט ארבעטער אין די שטאָ- טישע גערטנער. איך סמיט מיין פרוי האָבן געאַרבעט אין א גאָרטן נישט וייט פון יאסנעגורער קלויסטער,

passage_7f4e375aca4f76f606b512dc
Passage 5normalized OCR · source chars 3771-4158

דער דייטש האָט ליב געהאט די מסירה, אָבער ער האָט פיינט געהאָט די מוסרים. ער פלענט ביים אויסענדיקן א מסור אויך ליקווידירן די נאנצע משפּחה. אין טשענסטאָכאָװוער געטאָ איז געווען א דאַנציקער ייד קאלענברענער, א מסור, אזוי װוי אלע האָבן זיך דערקענט אויף אים און ער האָט אויפגע- הערט צו זיין נוצלעך די דייטשן האָבן זיי אים ליקווידירט, זיין פרוי האָט זיך באַהאַלטן און די דייטשן האָבן זי געזוכט.

passage_eac27d0ffffbaf63874a86b9
Passage 6normalized OCR · source chars 4160-5262

אין נאָרטן, װוּ מיר האָבן -- א 200 יידן -- געארבעט, איז נעקומען דער ויצע-קאַמענדאַנט ראהן מיט זשאַנדאַרמען און געהייסן אונדז אלעמען אויסשטעלן זיך מענער באזונדער און פרויען באַזונדער. מיין פרוי איז געשטאַנען אין דער דריטער ריי. ראהן האָט זיך גוט איינגעקוקט אין איר און זי געהייסן ארויסגיין. ער האָט זי געפרענט דעם נאָמען און על- טער. מיין פרוי איז געווען 42 יאָר. צוליב די קלאַננען אין געטאָ, אז מענטשן איבער 260 יאָר װועלן די דייטשן אומברענ- גען, האָט זי נעזאָנט, אז זי איז 39 יאָר, ער האָט איר געהייסן ווייזן דעם פּאַס, זי ווידער האָט מורא געהאט, ויי?ל זי האָט אָפּנענארט, מען האָט זי צוגענומען. דאָס האָט נעדויערט בסך הכ? עטלעכע פעקונדן. איך האָב נלייך מאַביליזירט איינפלוס- רייכע מענטשן, אָבער איך האָב גאָרנישט געקענט אויפטאָן די דייטשן האָבן זי אָנגענומען אלס פרוי קאלענברענער צוליב ענלעכקייט מיט א פאַטאָגראַפיע פון יענער. די רוצחים האָבן זי גלייך דערשאָסן. אין קליינעם געטאָ איז געװאָרן אלץ ערנער. אין די פּאָר נאַסן האָט זיך קאָנצענטרירט דאָס לעבן פון די איבערגעבליבענע יידן,. עס איז געווען קלאָר, אז פון דאָ איז נאָר איין װעג -- צום טויט. איך האָב זיך באַמיט, און אריין ארבעטן אין , האַסאַג".

passage_f9cd500f0d88aeaf37ff48bd
Passage 7normalized OCR · source chars 5264-5663

די סיטואַציע אין קליינעם נעטאָ האָט אויסנעזען אזוי: דער האַר פון לעבן און טויט איז געווען דעגענהאַרדט. ער האָט נום פארשטאַנען וויאזוי פּסיכאָלאָניש אַנטװאָפענען און אָפּנאַרן די יידן,. למשל: ער האָט ארויסנענעבן א פאראָרדע- נונג, אַז װער עס האָט קרובים איַן פּאַלעסטינע זאָל זיך רע- גיסטרירן, וויי? עס איז נעשלאָסן נעװאָרן אן אָפּמאַך ועגן אויסטויש פון הינע יידן טיט פּאַלעסטינער רייטשן, וועלכע זענען

passage_e48d2d3d91d01e3c6e7acabb