Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 162
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1016

158 אַנדזשע ווישניעווסקא -- מיינע זכרונות נאָכדעם די נישט-ארבעטנדיקע. אלע זענען געלאָפן אין די רעסאָרטן צו קרינן אן ארבעטס-קאַרטע. אפילו קינדער פון 9 האָבן זיך אויפגעגעבן אלס עלטער, דאָס שוידערלעכסטע איז געווען די נזירה אוועקצוגעבן די קינדער. רומקאָווסקי האָט גענאַרט און צוגעהאָלפן די דייטשן. א סך מוטערס זענען מיטגענאַנגען. די דייטשן האָבן אזוי קונציק אונדז אָפּנענאַרט, אז מיר האָבן נישט געװוּסט װאָס עס געשעט. אין מיין רעסאָרט, װוּ מען האָט אַלטע זאכן איבערגענייט האָבן מיר געפונען א צע- טעלע אין דייטש: , עלטערן פון קינד משה, האָט קיין אַנגסט, זייט רואיק. דאָס קינד לעבט און האָט זיך גוט". ביבאָוו האָט געהאַלטן דרשות און שפּעטער אויך פאַרנאַנדערגעקלעפּט באַקאַנטמאַכונגען, אז דער שונא דערנענטערט זיך און דערי- בער מוז דאָס געטאָ איבערגעטרואָגן ווערן. מען האָט געמעגט מיטנעמען 20 קילא און אפילו צושרייבן די פרויען. עס איז געקומען די ריי אויפן רעסאָרט, װוּ מיין שוועס- טער האָט געאַרבעט. זי איז גענאַנגען מיטן מאַן און קינדער. זיי האָבן געװאָלט מיך מיטנעמען, אָבער איך האָבן געװאָלט אַלץ אָפּשלעפּן, אפשר 3 .

passage_887bf09b10ff04af8e68724b
Passage 2normalized OCR · source chars 1018-1739

אויך מיין ריי איז געקומען. אייננטלעך, װי אן איינצל- פּערזאָן, האָב איך געדאַרפט זיין פון די פריערדיקע, נאָר מען האָט מיך זייער ליב געהאַט און געהאָלפן. אויך איצט האָט מען מיך צונערעדט איך זאָל מאַכן באַמיאונגען. אָבער עס האָט נישט געהאָלפן, וויי? מיר זענען שוין געװוען פון כמעט די לעצטע. איך בין ארויסנעשיקט געװאָרן אין אױגוסט 1944, גאַנץ קורריץ פאר דער ליקװוידאַציע. אוישוויץ,. אָנגעקומען און אריינגעפאלן אין א געיעג, װאָס האָט אָפּנענומען יעדן ווילן. מיט געשרייען האָט מען אונדז באַפולן איבערלאָזן די פּעק, נעטריבן צו א סעלעקציע, אין באָד, אָפּגעשױרן. אין באָד האָבן מיר איבערגעלעבט שרעק, מיינענדיק, אז עס גייט נאַז. אָנצוטאָן האָט מען אונדז געגעבן נאָר איין קלייד, אָן װועש. מען האָט אונדז אוועקנעפירט קיין בירקענאַו.

passage_d1c873c5010ca736514f65e2
Passage 3normalized OCR · source chars 1741-2817

די בלאָקן האָבן נגעהאָט פּריטשעס. יעדע פּריטשע אין באַשטאַנען פון 2 טיילן. אויבן און אונטן זענען מיר געלעגן צו 8 אין א ריי מיט איין (דעקע) פאר אלע פ. וען איינע האָט זיך געװאָלט אויסדרייען האָנבן אלע דאָס געמוזט טאָן. דאָס ערגסטע זענען נגעווען די ;אַפּעלן", אויפגעוועקט אונדז פארטאָג און אויסנעשטעלט צו 8 אין א רייע האָבן מיר געמוזט װאַרטן ביז די צאָל העפטלינגען פון נאַנץ אוישוויץ האָט גע- שטימט, אויב עמיצער האָט נעפעלט זענען מיר באַשטראָפט געװאָרן מיט קניען. מאַנכע האָבן נעחלשט. צו ראַטעוװען די געחלשטע איז געווען איין מיט?ל; ארונ- טערביינן דעם קאָפּ אזוי, אז דאָס בלוט זאָל צוריק אין קאָפּ אריין. ווען עמיצער האָט געחלשט האָבן מיר זיך אָנגעהויבן טוישן מיט די ערטער אומבאַמערקט ביז איך בין אָנגעקומען צום אָרט פון דער נגעחלשטער און נגעגעבן איר די הילף. בלייבן געחלשט האָט געהייסן: טויט. 6 װאָכן האָבן מיר אזוי נעטאָן, די אויפזעערין זאָל דאָס נישט באַמערקן. אין צװוישן זענען פאָרנעקומען סעלעקציעס, לרוב אין בלאָק, איך פלעג דעריבער מער זיין אין דרויסן. דאָך בין איך אויך ארייננעפאַלן. מען האָט מיך ארייננגעשטעלט צוישן ,ברוך" צוליב מיין גרויסן בויך (מיר זענען ביי דער סעלעק-

passage_f78a93fd7df203deee63ae53
Passage 4normalized OCR · source chars 2819-3891

ציע געווען נאַקעט). מען האָט אונדזן אוועקגעפירט אויף אן אויטאָ צו אן אנדער אָרט. דאָרט האָט אונדז די בלאָק-עלטסטע, א יידישע, זייער באדויערט. זי האָט זיך אָננעפּרעגט װאָס מיט אונדז צו טאָן. די צייט איז געווען 8 מינוט צו 5. צוליב דעם װאָס מיר זענען נאָר 18, א צו קליינע גרופּע לוינט זיך נישט מיט אונדז צו באַשעטטיקן. זי האָט א צופרידענע, נאָכן גע- שפּרעך גענעבן אונדו עפּעס צו עסן און צוריק געשיקט קיין בירקענאו. אין צוויי װאָכן ארום --- ווידער א סעלעקציע. איך האָב זיך באַמיט און איינגעצוינן דעם בויך און אדורך בשלום. מען האָט אונדז, די ארבעטספעאיקע אוועקנעשיקט אין פודעטן- לאַנד, אין האלבשטאט, אין אן אמוניציע-פאבריק. דערנעבן איז געווען א פראַנצויזישער לאַנער. זיי האָבן צוזאמען מיט אונדז נגעאַרבעט. זיי האָבן זיך פריי באַווענט, איך האָב געאַרבעט שנע? און נאָך געהאט צייט צו העלפן אנדערע. איך האָב זיך געװאָלט פארגעסן אין דער ארבעט. דעם מייסטער פון באנד איז דאָס זייער געפעלן און ער האָט מיר געװאָלט טוישן די ארבעט, ווייל די מאַשין, א בויערער, האָט שוין אייניקע ארבעטערינס אָפּנעהאַקט די פיננער. עס האָט זיך איינגעגעבן דער טריק מיט זיין עצה צו זאָנן, אז איך זע נישט גוט,

passage_9da3b01d3f2ccafe60186c0a
Passage 5normalized OCR · source chars 3893-4926

דער זעלבער מייסטער האָט מיר שטי? דערציילט, אָנ- זאָננדיק, אזן איך טאָר עס פאר קיינעם נישט איבערחזרן, אז לאָדזש איז שוין באַפרייט. איך האָב אָבער אזא סוד נישט געקענט האַלטן ביי זיך און דערציילט אויך סמיט דעם אָנמאָנ --- אַנדערע. אזוי האָט דער דייטש ארייננגערעדט כלומרשט אין דער מאַשין און איך האָב יעדן טאָג געהאָט װאָס צו דערציילן. דעם 8טן מאי האָבן מיר נאָך געארבעט. ערשט ביינאכט האָבן מיר באמערקט, אז סיר זענען אָן אויפזיכט. פארטאָנ איז אָנגעקומען דאָס רוסישע מיליטער. זיי האָבן אונדז באַ- זאָרגט מיט עסן. אויך די פראנצויזן זענען צו אונדז געקומען מיט עסן. זיי האָבן מיטנגעברעננט אַקאָרדיאָנען און מיר האָבן ווילד זיך געוויילט, דאָס צוכאַפּן זיך צום עסן האָט פיל פארשאַרט. עס זענען צו אונדז אויך געקומען העפטלינגען פון פרידלאנד, ערשט איצט זעען מיר, אז עס איז זיך נישטאָ װאָס צו פרייען. אלע נאָענטסטע זענען אומגעקומען. מיר איילן זיך דאָך אהיים --- קיין לאָדזש. אפשר... ? די צייטווייליקע מאַכט ויל אונדז דווקא פארהאַלטן, זאָגן צו גאָלדענע נליקן. אָבער מיר ווילן נישט, נאָר אהיים, איך פאָר צוזאמען מיט א חברטע, וועמען איך האָב א סך

passage_daa2f41a1ffcfe16dd53acbb
Passage 6normalized OCR · source chars 4928-5445

געהאָלפן, מיר באַשליסן זיך האַלטן צוזאמען. מיר האָבן קיי- נעם פון איר פאמיליע נישט געטראָפן, פון מיינער אויך נישט, אויף דער ווסכאָדניע גאַס טרעפן מיר א סיד?, ואָס וייזט מיר אָן װוּ עס געפינט זיך מיינס א קוזין. מיר ציען זיך איבער צו אים. איך פרעג כסדר אלע נעקומענע פון רוסלאנד ווענן מיין מאן און ברודער. איך האָב זיך דערװוּסט, אז מיין מאַנס א ברודער איז געקומען. ער האָט מיר איבערנעגעבן, אז מיין מאַן איז געשטאָרבן אין א שפּיטאָל, מיר האָבן מער נישט װאָס צו טאָן אין לאָדזש. איך פאַרשרייב זיך אַװעקצופאָרן פון פּױלן.

passage_74bf64a35342a2a5fcb589ae