14 י. קערש -- ײדיש לאָדזש אין װאָס איז באַשטאַנען דער װידערשטאַנד אין לאָדזשער געטאָ ? דאָס אין אפשר אויך ח? אויף אנדערע אזוי שטאַרק איזאָלירטע און פאַרפירטע געטאָס. דער ווידערשטאנד איז באַשטאַנען אין קעגנשטעלן זיך דאָס, װאָס די דייטשן האָבן געװאָלט דערנרייכן. עס אין קלאָר, אז דער צי? פון דער נאַצישער פּאָליטיק איז געווען אומברענ- גען דאָס יידישע פאָלק אין גאנצן. צוערשט אױוסראָטן די באַזע פון יידנטום, די יידישע ישובים אין מזרח-אייראָפּע און שפּעטער אלע איבעריקע. די מלחמה - באדיננונגען האָבן זיי נענגעבן אלע פאָרמעלע מענלעכקייטן איינצופירן אויסנאַם- געזעצן און ספּעציעלע פאראָרדענונגען, נישט ארויסרופנדיק קיין רעאַקציע אין מערב. פון דער צוייטער זייט האָבן די זעלבע קריגס-באַדינגוננגען פארלאננט נישט קיין געװואלטזאַמע אַקציעס, נישט ארויסצורופן קיין באַװאָפּנטן װידערשטאַנד, וויי? דאָס פארלאַנגט אָפּציען כוחות פון די פראָנטן,
די דייטשן האָבן געהאָפט זייער צי? צו דערגרייכן דורך פול- שטענדיק איזאָלירן די יידישע באַפעלקערונג פון דעם ארום, געטאָס און לאַגערן, פארשיידענע באַגרענעצונגען זענען געווען די מיטלען דאָס צו דערגרייכן. װאָס שייך לאָדזש איז זיי דאָס פולשטענדיק געלונגען דורך אייננלידערן די שטאָט אין דריטן רייך און ביי דער מיטהילף פון דער אָרטיקער באַפעלקערונג, דייטשער און האַלב-דייטשער. די איזאָלאַציע און דער הוננער, דער סיטעמאַטישער הונגער אין לויף פון יאָרן, האָט געדאַרפט ברעכן דעם מוט, גלויבן און אוועקנעמען יעדע האָפענונג, דער ווייטערדיקער עטאַפּ האָט באַדאָרפן זיין דאָס אִפּ- נעמען די מענטשלעכקייט, דעם צלם אלקים, ביי די ענג-צענוים- געפּרעסטע, הונגעריקע, מוטלאָזע יידן, זיי דערפירן צו א מצב פון האלב-חיות. דאָס האָט נעזאָלט, לויט זייער אויסרעכע- נונג, ברענגען צו א קעגנזייטיק אומברעננען זיך, אזא איז געווען דער צי? פון די נאַציס. גענוי פּלאַנירט, װויסנשאַפטלעך באַאַרבעט, מעטאָדיש פאנאנדערגעטיילט די עטאַפּן פון דער דאָזיקער רייניקונגס"-אַקציע.
אומרעאַלער אָפּטימיזם איז געווען אַ געווער קענן פאַרלירן דעם מוט און די האָפּענונג. אויך אַלע פאָרמען פון אַרנאַניזאציע אין געטאָ האָבן געהאַט איין צי?; ברעכן די איזאָלאַציע און אָרגאניזירן אין די מענלעכע ראַמען, אין די שוידערלעכע באַדינגונגען -- א קאַנטינואיטעט, א המשך פון אמאָליקן קאָכיקן לעבן. יעדע גרופּע, באַזונדערס די פּארטייאישע, האָבן געארבעט און נעפירט די טעטיקייט לויטן ריטואַל פון אמאָל, אָפט קעגן יעטװעדער לאָניק אין אָנבלִיק פון די צייט-פּראָב- לעמען, אָבער דאָך איזן געווען אין דעם א זין, צו שפּינען דעם המשך., א גרויסע ראָל האָט געשפּילט די זעלבסטבילדונג און קולטור-ארבעט. ביי די מוראדיקסטע באדיננונגען האָט די יוגנט דאָך געלערנט און געקומען אויף זעלבסטבילדונג-קרייזן. דער חלום פון די אויסנעהונגערטע איז געווען נישט בליז א קאַרטאָפל, נאָר אויך א קולטור-אונטערנעמונג. די ארגאני- זאַציעס, און אפילו דער יודענראַט, האָבן אַרגאניזירט קולטור- פאראנשטאלטוננען. יידישע שרייבער האָבן ווייטער געשאַפן. באַזונדערס האָט זיך אויסגעצייכנט די א. נ. קופּלעט-ליטע- ראטור, װאָס האָט אין א שאַרף סאַטירישער פאָרם באַהאַנדלט די טאָנ-טעגלעכע פראַגן.
דער יודענראָט האָט ארויסנענעבן דרי , ליצמאַנשטאַטער געטאָ צייטונג", װוּ דער רוב פּלאַץ האָבן פארנומען די דייטשע און רומקאָווסקיס פאראָרדנונגען, די שפּייז צוטיילונגען אדנל, אויך א ביס? כראָניק ווענן רומקאָווסקין און זיינע גדולים. אָבער אפילו דאָס מינדערוויכטיקע איז געווען א צייכן פון לעבן, פון טעטיקייט. די קולטור-טעטיקייט האָט געוויזן, אז דעם גייסט פון די יידן האָט מען נישט געבראָכן. א גרויסע ראָל האָבן נעשפּילט די ראדיאָ-אָפּנעמער. געהיים, באַהאַלטן, אין דער שטענדיקער שרעק פאר דייטשן און יידישער פּאַליציי, האָט מען געהערט די אוידיציעס און אויף א קאָנספּיראַטיוון וועג זיי פארשפּרייט. אמת, זיי זענען אויפן װעג אביס? אויסגעוואקסן, אָבער זיי האָבן געשפילט א קאָלאָסאַלע ראָל ביים אויפהויבן דעם מוט און נגעווען די איינ- ציקע -- און צום באדויערן --- איינזייטיקע, פאַרבינדונג מיט דער דרויסנדיקער וועלט, צִּ
לאָדזש האָט נישט אויפנעהערט צו עקזיסטירן אין די הערצער און מוחות פון אירע יידן אויך אין די לאַנערן און אין די פארשיקונגס-ערטער, וי אויך אין די צייטוייליקע ווין- ערטער פון די פּליטים-בעזשענצעס אין רוסלאנד. סיי אין די דייטשע קאַצעטן, סיי אין די רוסישע לאַנערן, סיי אין די פאר- שיקונגס-ערטער, די , פּאָשאָלקעס/, וי אויך אין די , סטראָי- קעס", ווו די פּליטים האָבן געשמאַכט אין הונגער און אין קעלט, --- אומעטום האָט לאָדזש, דער זכרון פון זייער אמאָליקער היים געטליעט אין זייערע הערצער. פריינרשאפט האָט מען געשלאָסן לויטן לאַנדסמאַנשאַפט-שליס?, מען איז זיך היימיש געװאָרן, געהאָלפן, אויב מען האָט זיך דערקענט אלס בני עיר,
אין שווערע מינוטן, אין צייט פון ספיקות און ראַנגלע- נישן אין זיך, האָט א דערמאָנונג פון דער היים-שטאָט צונע- געבן מוט, אויפגעבליצט מיט א שטראַ? פון האָפענונג, לאָרזש, דאָס יידישע לאָדזש, איז נישט געווען ביי אירע לאַנדסלײיט, ביי די קאַצעטניקעס, לאַגער-מענטשן, פארשיקטע און פּליטים קיין אַבסטראַקציע, נאָר א קאָנקרעטע זאך, וועלכע מען האָט צייטװײיליק פארלוירן און צו וועלכער מען װעט זיך אומ- קערן --- זאָל נאָר די מלחמה זיך ענדיקן. סיי ביי דער שווערער אַרבעט אין די לאַגערן, סיי אונטער באָמבאַרדירונגען, װוי אויך אויף די שלאַכט-פעלדער, אָדער פּליינען פון אַזיע און סיביר --- האָט לאָדזש געלעבט אין די הערצער, אין געמיט, און געווען דער אָנשפּאַר אויף וועלכן אַלֶע האָפענוננען און טרוימען האָבן זיך קאָנצענטרירט, לאָדזש האָט באדייט משפּחה, היים, לעבן. אלץ אויסער דעם איז געווען איין גרויסער מלחמה-קאַשמאר. זאָל נאָר די מלחמה אריבער און דאן װועט מען צוריק קאָנטינואירן דאָס לאָדזשער לעבן, װאָס האָט עקזיסטירט ביז 1959, לאָדזש איז געווען א ציל, א קאָנקרעטע זאך ביז...
ביז 1949, ווען לאָדזש איז באפרייט נגעװאָרן און די קא- צעטניקעס, די ערשטע, און נאָך זיי די זעלנער און שפּעטער נאָך די צוריקגעקומענע פּליטים -- אלע האָבן זיי לאָדזש, די שטאָט פון זייער באַנער מער נישט נעפונען. אמת, א טיל הייזער זענען נאָך געשטאַנען. אין טייל שטובן האָט מען נאָך